ב"ה, ז' תמוז, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך און פון אייערע בני בית דורך אייער פרוי מרת... תחי' און דער עיקר בין איך צופרידען צו הערען אז איר האט זוכה געווען אז אייערע קינדער לערנען תורת ה' וועלכע ווערט אנגערופען תורת חיים און בריינגט אינהאלט לעבען אין דעם טעג טעגליכען לעבען, און אז די קינדער אייערע לערנען מיט חשק, און אויב אין אלע צייטען האבען עלטערען געדארפט זארגען אז זייערע קינדער זאלען לערנען תורת ה', איז אין א נאך פיל גרעסערער מאס און מיט מער התלהבות דארפען עלטערען טאן אין דעם אין אונזער צייט און ספעציעל אין ארצות הברית.
עס איז אויך זעלבסט פארשטענדליך אז וויבאלד השם יתברך פירט די וועלט און גיט אידען און אלע מענטשן בכלל דאס וואס זיי באדארפען, ווילע נאר ער ברוך הוא אליין איז דער הזן ומפרנס לכל, קען דאך ניט זיין אז דורך דעם וואס מען פירט זיך אויף ווי דער רצון הבורא איז, אט ווי דאס אז קינדער זאלען לערנען תורה זאל דאס זיין א שטער צו פרנסה, אין געגען טייל, ווען מען שטארקט זיך און מען פירט זיך ווי דער רצון הבורא איז, איז חאטש עס דוכט זיך אז דאס איז פארבונדען מיט שוועריגקייטען, איז מען זוכה אז עס ווערט מקוים די הבטחה פון השי"ת אם בחקותי תלכו (איז רש"י מפרש שתהיו עמלים בתורה, אז תורה לערנען קומט דורך הארעוואניע, איז דענסטמאל) ונתנה הארץ יבולה גו' אז הקב"ה גיט פרנסה ביותר הרחבה.
איך בין זיכער אז אט די שורות וועלן גענוגענד זיין אויף אריינצובריינגען אין אייך א צוגאב אין אייער בטחון בהשם יתברך און א צוגאב אין אייער ווילען צו מחנך זיין אייערע קינדער און שטארקען זיי אין זייער לערנען תורה און השי"ת זאל העלפען אז דאס זאל זיין מיט גוטען געזונט און גוטע פרנסה.
בברכה.