ב"ה, ו' מנ"א, תשי"ד
ברוקלין.
ברכה ושלום!
אויף אייער פראגע וועגען אריינגיין אין דער נייער דירה, לויט ווי איך האב שוין איבערגעגעבען דורך הרה"ח כו' חדקוב שי', וואלט געווען גוט ווען איר טוט דאס נאך חמשה עשר באב, אויב מען קען ווארטען ביז דאן. און איידער איר וועט אריבערפירען דארט די פורניטשור זאלט איר פריער אריינטראגען אין דער דירה א סידור, חומש, תהלים און א תניא און השי"ת זאל העלפען אז עס זאל זיין משנה מקום משנה מזל לטובה ולברכה בגשמיות וברוחניות.
בברכה.