ב"ה, י"ז מנ"א, ה'תשי"ד
ברוקלין, נ.י.
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייערע צוויי בריוו פון י"ח תמוז און ד' מנ"א, אין וועלכע איר פרעגט מיין מיינונג וועגן בייטן אייער צנור הפרנסה.
ארבעטנדיק די גאנצע יארן אין דער ישיבה הק' תומכי תמימים און זעענדיק אז דאס האט אייך געבראכט הצלחה אין אייערע ענינים, דארף מען דעם צנור וכלי ח"ו ניט אפלאזן. דערפאר קומט בא מיר אויס אז איר דארפט בלייבן במשרתו בקדש, ואדרבה אויב מעגלעך מוסיף זיין אין דער ארבעט, און מען דארף האפן, אז די ישיבה וועט זיך פארגרעסערן, אויף וואס מען דארף זיך אויך משתדל זיין און דאס וועט מסתם אויך ברענגען א הוספה אין שכירות און פרנסה.
זעלבסטפארשטענדלעך, אז אויב עס קען זיין אן ענין נוסף אין פרנסה אויף אן אופן וואס זאל ניט שטערן אויף א האר אין אייער מלאכת הקדש, מאכט ניט אויס, אבער אך ורק מיט דעם תנאי.
והשי"ת ימלא הריון זוגתו תחי' ותמלא ימי' כשורה ותלד זרעא חייא וקיימא.
בברכה.