Letter # 2869

כ' מנחם אב, ה'תשי"ד - אגודת נשי ובנות חב"ד סניף... ה' עליהן

2869 - For Elul, reflect and make good decisions in the relationship with Hashem and other people.

The abbreviation of Elul: ani ledodi vedodi li. And: ish lereyeyhu umatonos loevyonim.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ' מנחם אב, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף... ה' עליהן

תחיינה

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידן צו באקומען א באריכט פון אייער ארבעט, און זיכער הויבט איר שוין אן איינצוארדנען די צוגרייטונגען צום חודש אלול און צו דער צייט נאכן זומער, וואס דאס דארף אויך איינווירקן אויף דער גאנצער צוקינפטיקער פראגראם; נעמענדיק אין אכט אז דער חודש אלול איז דאך דער חודש החשבון פון א גאנץ יאר און דער חודש הרחמים, וואס שטעלט א אידן אוועק אזוי אז ער זאל דערנאך ראש השנה און חודש תשרי בכלל קענען באקומען א כתיבה וחתימה טובה פאר זיך און אלע בני ביתו.

און די צוגרייטונג דארף זיין אין ביידע טיילן פון מענטשלעכער אויפפירונג, לויט ווי מענטשלעכע מעשים ווערן איינגעטיילט: די פליכטן פון מענטשן צום אויבערשטן (בין אדם למקום) און פון מענטשן צו מעטשן (בין אדם לחברו).

וואס דאס איז אויך די אנדייטונג פון דעם נאמען פון חודש - אלו"ל, ווי עס ווערט דערקלערט אין ספרים, אז דאס איז א ראשי-תיבות (א) א ני ל דודי ו דודי ל י, וואס דאס נעמט אריין אלע זאכן פון בין אדם למקום, און (ב) א יש ל רעהו ו מתנות ל אביונים, דאס זיינען די זאכן צווישן מענטש און מענטש.

און אז מ'גיט זיך אפ דעם ריכטיקן חשבון אין די ביידע טיילן פון מענטשלעכן לעבן, העלפט דאן דער בורא עולם אז מ'שטעלט זיך אוועק מיט גוטע החלטות פאר די טעג, וואכן און חדשים וואס דארפן אנקומען און זיי קומען דאן אן לטובה ולברכה עלינו ועל כל ישראל.  

בברכת הצלחה צו פארגרעסערן די ארבעט מיט ברייטקייט און מיט שמחה און זעלבסטפארשטענדלעך אויך פארגרעסערן די צאל חברות ככל האפשרי, און ווי עס איז באוואוסט די אנווייזונג פון חכמינו זכרונם לברכה אז כל המקיים נפש אחת מישראל כאלו קיים עולם מלא.