Letter # 2907

ד' אלול, תשי"ד

2907 - I enjoyed reading about your influence on the students/youth groups. You must teach Judaism.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ד' אלול, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

מאשר הנני קבלת מכתבו מכ"ז מנ"א שגרם לי רוב ענג לקרות בו שהי' לו הזדמנות להשפיע על חבורות תלמידים און אויך אוף א חבורה צעירים וועלכע זיינען מדריכים וואס דורך השפעה אויף זיי ווירקט דאס אויף דעם אופן הדרכה פון די וועלכע קומען צו זיי, אבער עס וואונדערט מיר וואס צווישען די לימודים וואס איר האט מיט זיי געלערענט ווערט ניט דערמאנט לימודי יהדות. וואס הגם עס איז ניטא קיין ספעציעלע ספרים אויף דעם, אבער קיין אידישער לימוד קען ניט זיין אן דעם יסוד, און אויב אמאל אין דער אלטער היים האט מען דאס אויפגענומען פון זיך אליין פון דער בית הכנסת פון דער הויז און אפילו פון דער גאס, איז אבער אין אונזער צייט ליגט דאס אלץ אויף דעם מדריך און משפיע אריינגעבען יהדות, ווארום די גאס איז א סתירה צו דעם, און די הויז אמאל אזוי און אמאל אנדערש, און אלענספאל קען מען [זיך] ניט פארלאזען אויף דעם.

איך וויל האפען אז דאס פעלט נאר אין אייער שרייבען אבער פאקטיש איז דער לימוד יהדות אויך געווען, און וועט מיר שרייבען בא דער קומענדער געלעגענהייט, און האפענטליך וועט איר אנהאלטען דעם פארבונד מיט די חבורות און וועט אויך פארגרעסערען די השפעה אין יהדות אויף זיי כי זה כל האדם, ווארום ידיעה אין תורה דארפמען געבען א לעבעדיקען מענשן, און א אידיש לעבען איז ווען עס איז פראן ואתם הדבקים בה' אלקיכם - איז דורך דעם - חיים כולכם, און דביקות אין הקב"ה קומט דורך תורה ידיעה הרגש און חיות ביהדות.

איך האף אז די ספרי חסידות און קונטרסים וואס איר האט איז דארט פראן כמעט פארטיגע מאטעריאל אויף צו מסביר זיין זיי אויף זייער שפראך, און די גרויסקייט פון דעם זכות איז ניט נויטיג צו מאריך זיין, ומדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה אויף צו משפיע זיין אייך פיל נחת אידישן נחת חסידישן נחת פון אלע יו"ח ביחד עם זוגתו שיחיו.

בברכת הצלחה בכל הנ"ל ובעניניו הפרטים ואיחולי כתיבה וחתימה טובה.