ב"ה, ד' אלול, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף 8/31 אין וועלכען איר באשרייבט אין קורצע[ן] אייער ביאגראפיע און פארענדיקט אז אום צו ערגענצען און פארפאלקאמען אייער וויסענשאפט אין יהדות וואלט איר געוואלט לערנען אין דער ישיבה תומכי תמימים און באקומען פון די בחורים די נויטיגע ידיעות און ערקלערונגען. איר שרייבט אויך אז איר האט געלערענט א ביסל חומש תהלים כו' און ווי עס ווייזט אויס קענט איר אויך לייענען אידיש ניט נאר ענגליש און איר ווילט טאן עפעס פארן כלל ישראל.
לויט מיין מיינונג וויבאלד די ישיבה האט אירע סדרים באשטימטע פאר די בחורים צו לערנען און זיי זיינען באשעפטיגט אין דעם כמעט א גאנצען טאג, זעה איך ניט ווי איר וועט קענען לערנען פון זיי דאס וואס איר נויטיגט זיך, סיידען דאס זאל זיין ניט מער ווי א האלבע שעה א טאג, וואס ווער פון זיי וועט אייך קענען געבען, און די גאנצע צייט זאלט איר זיך געפינען צוישען יונגע בחורים, ווייס איך ניט ווי איר וועט זיך פילען באקוועם, און במילא וועט דער לערנען ניט זיין מיט הצלחה.
און דעריבער לויט מיין מיינונג וואלט איר געדארפט איינטיילנעמען אין די שיעורים וואס ווערען געלערענט ברבים אין די שולען, ווי עין יעקב, חומש, קיצור שולחן און ענליכע און געפינען א עלטערן תלמיד חכם וועלכער זאל אדער אינגאנצען אומזיסט אדער פאר א קליינעם געצאלט לערנען מיט אייך יעדער טאג א שעה אדער צוויי, און אין דער צייט אויך ערקלערין אייך דאס וואס [איז] ניט פארשטאנדיק געווען בא אייך ווען איר האט געלערענט פאר זיך.
ווען אייער דירה איז ניט ווייט פון דער ישיבה אדער פון א ענליכע ישיבה, וואלט איר געקענט דאוונען צוזאמען מיט די בחורים און אויך פארבריינגען מיט זיי אין זייער פרייע צייט און בפרט שבת און יום טוב דאס אלץ צוזאמען וואלט אייך געגעבען די מעגליכקייט צו גרייכען אייער אויבענדערמאנטען ציעל.
איך האף אז לויט ווי איר שרייבט ווילט איר טאן עפעס פארן כלל ישראל, לייגט איר דאס ניט אפ אויף א שפעטערע צייט נאר טוט שוין אין דעם דורך איינווירקען אויף קרובים פריינד און באקאנטע צו מאכען זיי נעהענטער צו אידישקייט בכלל און צו קיום המצות בפרט, און אז מען רעט הארציקע רייד איז סוף כל סוף ווירקט דאס אויף יעדערען.
איך האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע, און לויטן מנהג ישראל ווינש איך אייך א כתיבה וחתימה טובה.
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,
מזכיר: