Letter # 2944

כ"ג אלול, תשי"ד

2944 - Remember Hashem in good times not just when something bad happens.

You can write to me in French. I spent a few years in Paris so I can read French

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ג אלול, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

באקומענדיג בריף פון אייער זון מר... שי' האט ער מיר אויך געשריבען וועגען צופאל וואס עס האט געהאט אייער עלטערער זון מר... שי', און איך וועל אים מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אז ער זאל האבען א רפואה קרובה, און איך האף אז ווען איר וועט האבען גוטע בשורות אין דעם וועט איר מיר אנזאגען. און איר קענט מיר שרייבען אויף וועלכער שפראך אייך איז באקוועמער וויילע זייענדיג עטליכע יאר אין פאריז, לייען איך אויך פראנצויז.

איך וויל אייך דערמיט אויפמערקזאם מאכען אז מען דארף געדיינקען השם יתברך ניט נאר ווען עס פאסירט חס ושלום א ניט גוטע פאסירונג, נאר אין א פיל גרעסערע מאס ווען השם יתברך פארהיט אז עס זאל ניט פאסירען, [אדער] ווען די פאסירונג גייט אדורך בשלום, און בפרט יעצט גייענדיק צו א נייעם יאר וואס יעדערער בעט און האפט אז השם יתברך זאל עם געבען נייע כחות און נייע קוועלען פאר פרנסה, דארפמען זיך ניט שרעקען און אויך אנהויבן פירען א נייעם סדר פון לעבען לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק' וואס דורך דעם בריינגט מען פאר זיך און פאר דער גאנצער פאמיליע א בעסערונג אין פרנסה און געזונט און אמת'ן גליק און נחת פון קינדער, און השם יתברך זאל אייך העלפען צו קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם וואס פריער.

מיט א וואונש פאר א גוט יאר.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.