Letter # 3001

None

3001

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ו' מ"ח, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ"י.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער פ"נ דורך הרב גערליצקי שי', אין וועלכן איר בעט אייך מזכיר צו זיין להצלחה אין אייערע לימודים צו ווערן א דאקטאר שומר תורה ומצוות.

וועל איך אייך מזכיר זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בעת רצון.

בכלל יעדער איד, און בפרט איינער וואס האט געלערנט אין א ליובאוויטשער ישיבה, דארף זיך שטענדיק און אומעטום באטראכטן אלס א שליח פון דעם אויבערשטן ית', וכמרז"ל (סוף קדושין) אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני, און דארף זיך באמיען משפיע צו זיין אויף חברים אידן אז זיי זאלן אויך קומען צו דער הכרה.

אזוי ווי איר געפינט זיך אין... ובפרט אין א קרייז פון אידישע סטודענטן, וואס פיל פון זיי בלי-ספק נויטיקן זיך אין גייסטיקע הילף, האף איך אז איר וועט עס האלטן פאר אייער תפקיד צו מקרב זיין [זיי] צו תורה און מצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן. און בשעת דער אויבערשטער גיט אימיצן א תפקיד דורכצופירן, גיט ער אים אויך די כוחות דורכצופירן זיין שליחות, און דאס איז בלויז אפהענגיק פון רצון הטוב.

סטודענטן פון מעדיצין בפרט, נעמענדיק אין אכט אז אפילו די וויסנשאפט אנערקענט איצט די וויכטיקייט פון 'הערעדיטי' אין מענטשלעכן לעבן, דארף מען זיי מסביר זיין אז דער געזונט פון דער נשמה בא א אידן איז פארבונדן מיט דער תורה ירושה פון דער צייט פון מעמד הר סיני, און א איד קען ניט זיין גייסטיק געזונט און גאנץ אויב [ער] ווערט חלילה אפגעריסן פון דעם מקור מיט וועלכע זיינע עלטערן און זיידעס זיינען במשך פון אומצייליגע דורות געווען ענג פארבונדן.

געפינענדיק זיך אין א סביבה וואו מען דארף אנקומען צו סייעתא דשמייא אויסצוהיטן זיך פון דעם 'לעומת זה', איז אזוי ווי מדתו של הקב"ה איז מדה כנגד מדה, במילא דורך דעם וואס איר וועט מקרב זיין אנדערע צו תורה און מצוות, וועט השי"ת אייך געבן כוחות נוספים דורכצומאכן אייער וועג בדרך התורה והמצוות ביראת שמים וקבלת עול צו פילן שטענדיק ואני קרבת א' לי טוב.

בברכה המח' לבשו"ט.