ב"ה, י"א מ"ח, תשט"ו
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר מרדכי שי'[1]
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייער בריף - אן דאטום פון שרייבען - און איך בין געווען צופרידען לייענען אין עם אז איר הויבט זיך אן צו באטייליגען ענערגיש אין די ענינים פון ישיבת אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש אין מעלבורן, און האפענטליך אז דאס טאן ענערגיש און די נויטיגע השתדלות וועט בריינגען די ברכה פון השי"ת און הצלחה, און אויב אין אלע צייטען און אין אלע ערטער האט מען געמוזט האבען א תורה צענטער פון תורה וועלכע איז פארבונדען מיט יראת שמים, על אחת כמה וכמה אין אונזער צייט און אין אזא ארט וואו דער אידישער ישוב הויבט אן צו וואקסען מוז מען לייגען אויף דעם די גרעסטע כחות און איינקריצען גוט אין קאפ און הארץ דעם מאמר רז"ל כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
אמאל איז א חדר און ישיבה פאר א קינד, האט דאס עם אפגעראטעוועט פון צו זיין א עם הארץ, און האט עם געמאכט פאר [א] יודע ספר או א גרויסע טייל פון די קינדער אויך פאר לומדים, אבער אין אונזער צייט ליידער, דארפמען טראכטען וועגען אפראטעווען קינדער אז זיי זאלען בלייבען אידען, און אין דעם קען מען זיך ניט פארלאזען אויף דער סביבה א.א.וו. נאר מען מוז בויען פאר זיי פעסטונגען, א חדר, א ישיבה, וועלכע גיבען די גאראנטיע אז זיי זאלען בלייבען אידן, און די אריכות אין דעם איז געוויס איבעריג.
אין אייער פראגע פון וועלכען שיכט צו ציען אין דער פינאנס קאמיטע וועלכע ווערט אויפגעשטעלט אויף צו אויסהאלטען און אויסברייטערען די ישיבה, ווענדעט זיך דאס אן דעם חאראקטער און פעהיגקייט פון יעדער באטרעפענדען באזונדער און דעריבער איז שווער צו געבען א ענטפער אויף דעם, א אלגעמיינעם ענטפער, אבער וואס מען דארף איז, אויסהיטען זיך פון צו געבען דער ישיבה א פאליטישע פארב אדער א פארטייאישען חאראקטער, וויילע דאס לערנען תורה איז ניט פארבונדען מיט פאליטיק און פארטיי, וואס דאס איז געווען איינע פון די יסודות פון דער הצלחה פון ליובאוויטשער מוסדות, וואס זיי זיינען שטענדיג געווען איבערפארטייאיש, און ווען מען טראכט זיך אריין אין דעם טיפען זין פון דעם, אז די תורה איז געגעבען געווארען איינצייטיג צו אלע ששים רבוא אידען, פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם קטן שבקטנים און ווי אלע האבען איינצייטיג געהערט די דברות, אנכי ה' אלקיך, זכור את יום השבת, ולא תחמוד, באגרייפט מען דעם ענין, אז תורה איז פאר אלע אידען, אז פון אנכי ה"א מוז מען צוקומען ניט נאר צו זכור את יום השבת נאר אויך צו לא תחמוד, אזוי אויך קען מען זיך ניט אויסהיטען פון לא תחמוד אויב עס איז ניט באגרינדעט אויף אנכי ה"א און אויב מען לייגט ניט אלע כחות צו אויספאלגען דעם זכור את יום השבת, און דעריבער דארפמען דא ניט אריינמישען קיין זייטיגע ענינים, וואס אמאל שרעקט מען זיך אפ פון דעם זייטיגען ענין, צי דאס איז פארטיי אדער פאליטיק, און מען פארלירט דורך דעם די געלעגענהייט צו פארבינדען זיך מיט דער תורת חיים ומצותי'.
געוויס געדיינקט איר אונזער געשפרעך, און איך האף אז עס איז איבעריג צו ווידערהאלען בעטען און ערוועקען אייך אויף צו טען אין די ענינים פון דער ישיבה אהלי יוסף יצחק לויט אייערע אלע מעגליכקייטען און אויסניצען אייער השפעה דאס מאקסימום אין דעם, און נאר לויטן מאמר רז"ל אין מזרזין אלא למזורזין, וויל איך נאך אמאל מעורר זיין אייך אין דעם, כדי עס זאל צוקומען אין אייער ארבעט.
בברכת הצלחה בכל הנ"ל און אין אייערע ענינים הפרטים המחכה לבשורות טובות.