ב"ה, כ"ז מ"ח, תשט"ו
ברוקלין.
שלום וברכה!
...בנוגע פארפעלען א טאג לייגין רבנו תם תפילין, דארפמען זעהען אז מען זאל האבען אין קאפ עטליכע פרקים תניא און בלי נדר זעהען אז עס זאל ניט אדורך א טאג, אין וועלכען די פרקים זאלן ניט געזאגט ווערען אדער איבערגעטראכט ווערען לפחות איינער פון זיי אין פארלויף פון דער מעת לעת, בל"נ...