Letter # 3067

None

3067

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ט מ"ח, תשט"ו

ברוקלין. 

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער ספעשל דעליווערי בריף, אין וועלכען איר שרייבט אז איר געפינט זיך שוין עטליכע יאר אין... און זעהט ניט קיין האפענונג אויף א גוטע צוקונפט ווי עס באדארף זיין, ווארום די יוגענט זיינען ווייניג שייך צו דער חרדים געמיינדע, און די עלטערע ווערען מערער שוואכער וכו'.

איז אייגענטליך דאס איז א פראגע וועלכע איר האט געדארפט פרעגען בא די וועלכע זיינען אין אייער שטאט און ניט פרעגען דאס אין נויארק. ווארום וויסענדיק די חזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם, איז ווי איז דאס אז נאך פינף יאהר ארבעט אין שטאט, איז די לאגע אזוי ווי איר באשרייבט אין אייער בריף. און איך רעכין אז איינע פון די אורזאכען אין דעם איז, וואס ליידער האט איר געקוקט אויף... ווי אויף א צייטווייליגער שטעלע (דזשאב), און יעדער מאל דערוארט מען זיך קוים אויפן זומער צו קענען טראכטען און זוכען א אנדער שטאט. און דאס ליגט שוין אין דער מענשליכער נאטור, אז א זאך וועלכע מען האלט אז דאס איז נאר אויף עטליכע חדשים, רופט דאס ניט ארויס א אינטערעס און כחות אנווענדונג, ווארום מען טראכט אז אט פארט מען אוועק פון דאנען.

עס איז באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז מאן דארף זיך לערנען פון דעם משכן, אז ווען מען איז געווען אין מדבר, זיינען געווען ערטער, וואו מען איז געשטאנען נאר א טאג אדער א נאכט, פונדעסטוועגען האט מען אויפגעשטעלט דעם משכן מיט אלע איינצעלהייטען פונקט ווי מען האט דאס געטאן אויף דעם ארט וואו מען איז געשטאנען 18 יאהר. וואס דאס איז א מוסר השכל פאר יעדער אידן, צו אויפפירען זיך אין זיינע פעולות לעבודת השי"ת און ערפילען זיין שליחות פון השי"ת בעלמא דין, אז מען דארף ניט קוקען אויפן קאלענדאר און אויפן זייגער, און חשבונ'ן, אז אויב דאס איז אויף 18 יאהר, לייענט זיך און אויב נאר אויף א טאג אדער א נאכט, איז מהיכי תיתי, ווארום אזוי ווי הקב"ה איז א נצחי, אזוי אויך זיינען די אלע פעולות פון א אידען וועלכע זיינען פארבונדן מיט הקב"ה אויך נצחיים. אפילו ווען אין א פאר מינוט ארום איז דער איד שוין פארנומען אין א אנדער זאך, אבער די פעולות פארבלייבען לנצח לעולם ועד, ווי עס ווערט ערקלערט אין תניא פרק כ"ה.

בהנוגע לפועל, אויף וויפיל איך ווייס, האט אייער מאן הרב שי' געזוכט גאנץ עניערגיש אנדערע שטעלס, סיי דעם לעצטן יאר און אויך אין די פריערדיקע יאהרען. און דאס וואס עס האט זיך ניט געמאכט קיין פאסענדע זאך, דארף דאס דינען אלס ראי' (באווייז) אז איר ביידע דארפט נאך אויפטאן אין... אין דער שליחות פון דעם בורא ברוך הוא, און הקב"ה, אז ער גיט א שליחות גיט ער אויך די מעגליכקייט אז דער באטרעפענדער זאל קענען אויספילען די שליחות, ואין אתנו יודע עד מה. אבער עס לייגט זיך אויפן שכל, אז וואס אלץ מער איר וועט זיך משתדל זיין צו ערפילען די שליחות כדבעי (וואס די שליחות פון יעדער אידען, און בפרט א רב ורבנית שיחיו באשטייט אין הפצת תורה ויהדות) אלץ פריער וועט איר קענען אריבער אין א ארט וואס האט מער מעלות ווי... און השי"ת זאל מצליח זיין אז איר זאלט דאס טאן מתוך שמחה, לויט דער הוראה פון בעל שם טוב פאר אלע אידען און אין אלע ענינים, עבדו את ה' בשמחה.

בברכה.