Letter # 3137

כ"ד כסלו, תשט"ו

3137 - Chanukah, closely linked with Jewish women's resourcefulness.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

[כ"ד כסלו, תשט"ו]

...עס איז באוואוסט דער מאמר רז"ל אויף חנוכה, אז דער יום טוב איז פארבונדען מיט העלדישע אידישע פרויען, און זייער אויפפירונג אין יענער תקופה, ניט קוקענדיג אויף אלע שוועריגקייטען און די פערשידענע גזירות וועלכע זיי האבען געדארפט בייקומען. און דעריבער זאגען די חז"ל, אף הן היו באותו הנס, און נאך מער - אז דורך זיי איז געווען דער נס. און עס איז דאך באוואוסט, אז יעדער יאר ווידערהאלט זיך יענע תקופה אין דעם זין, אז עס איז א עת רצון מיוחד צו שטארקען זיך און צוגעבען אין גוטער אויפפירונג, ענליכעס צו דער אויפפירונג פון אידישע פרויען אין יענער צייט - בימים ההם בזמן הזה. און לויטן מאמר רז"ל - אז א מענטש רייניגט זיך און הייליגט זיך אונטען, גיט מען עם אין דעם נאך מער מעגליכקייטן פון אויבען. און לויטן אויסדרוק פון מיין שווער, כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע: מען דארף זיך צוהערען וואס די ליכטעלעך - נרות חנוכה - דערצעהלען. און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין צו הערען און דערהערען, און בריינגען דאס אין טהאט-זאכען אין דעם טאג טעגליכען לעבן.