Letter # 3157

ב' טבת, תשט"ו - מוה"ר חיים שי' שטיימן

3157 - Do not be disappointed that not so many people showed up

The entire Jewish people began with one man; Jewish identity does not depend on quantity but on the connection with the Almighty. Every individual can affect an entire generation, a city, or even a country.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ב' טבת, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה מוה"ר חיים שי'[1]

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ד' חנוכה און בייגעלייגט זיינען דא די קבלות לויט ווי איר שרייבט אין אייער בריף.

עס וואונדערט מיר וואס איר שרייבט ניט בפרטיות וועגען דער התועדות פון י"ט כסלו, מער ניט ווי דאס, אז מען האט דענסטמאל געזאמעלט די געלט וועלכע איר שיקט אין דעם בריף, און זיכער געדיינקט איר וואס מיר האבען גערעט מערערע מאל אז הקב"ה פאדערט לויט די הוראה פון בעל שם טוב אז מען זאל עם דינען בשמחה אפילו א גאנץ יאר און בפרט אין שמחה טעג ווי י"ט כסלו, חנוכה, איז די פאדערונג נאך פיל שטארקער, און אז השי"ת פאדערט דאס, גיט ער אויך כחות און מעגליכקייטען אז מען זאל קענען פירען זיך אזוי, און עס היינגט אפ נאר אין רצון עצמו, און דאס וואס איר שרייבט אז עס זיינען געווען ווייניג מענטשן, איז ערשטענס די גאנצע אידישע פאלק איז געווארען פון איין מענטשן, וכמו שכתוב אחד הי' אברהם, און דערנאך לאזט אויס דער פסוק וירש זרעו את הארץ, אידען און אידישקייט האלט זיך ניט אויף כמות (קוואנטיטעט), נאר עס איז נוגע דער פארבונד מיט הקב"ה וואס ער איז א כל יכול ובמילא קען יעדער איד אויפבויען א גאנצען געגענד, א גאנצע שטאט און א גאנצע מדינה, מען דארף נאר וויסען אז מעט גייט אין א שליחות פון הקב"ה, וואס זיין ווילען איז לעשות לו ית' דירה בתחתונים, און די ארבעט האט ער געגעבען אידען כו', ווי ס'ווערט ערקלערט בארוכה בתניא ובפרט בפרק ל"ז. 

איך האף אז עס פעלט נאר דער שרייבען צו מיר, אבער בפועל האט מען פארבראכט, אזוי וועט איר אויך טאן אין די פא[ס]ענדע טעג, וואס דאס איז שבת מברכים החדש, ראש חדש וכו' און לויט ווי איך האב אייך שוין געזאגט אז השי"ת זעהט אז מען איז בשמחה, מאכט דאס גרעסער און פארשטארקט די ענינים פון דעם מענטשן, אז ער זאל דאס זעהען אפילו מיט עיני בשר אז עס איז דא פון וואס צו פרייליך זיין, און השי"ת זאל אייך מצליח זיין צו אנזאגען בשורות טובות בכל הנ"ל, און זעלבסט פארשטענדליך צו בעאיינפלוסען אין דעם זין אויך אייער סביבה.

בברכה.

  1. 1 שטיימן