ב"ה, כ"ה שבט, ה'תשט"ו
ברוקלין, נ.י.
צו די מתפללים און מעמבערס פון קאנגרעגיישאן בני יצחק נוסח האר"י ז"ל ובראשם דער חשוב'ער פרעזידענט און גבאים ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה, אז דעם קומענדיקן מוצאי שבת קודש ווערט איינגעארדענט א ספעציעלע מלוה-מלכה פייערונג לכבוד דעם 30 יעריקן יובל פון אייער חשוב'ן רב, הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ בעל מדות טובות ורב פעלים וכו' ר' ניסן שליט"א טעלושקין. איך ווינש אייך הצלחה, אז די פייערונג זאל האבן דעם ערפאלג וואס זי פארדינט, צוגעפאסט צו דער געלעגנהייט.
די פייערונג איז ספעציעל וויכטיק דערפאר וואס זי באווייזט, אז די בעלי-בתים שאצן אפ די טעטיקייט פון זייער רב, און ברענג צום אויסדרוק דעם געפיל פון כבוד התורה וכבוד רבני ישראל. עס איז צו האפן, און דאס איז די וויכטיקסטע ברכה, אז דער דאזיקער געפיל פון כבוד און אהבה צו תורה ונושאי התורה זאל דורכדרינגען די הייזער פון די חברים און מתפללים און אויסדריקן זיך בא יעדע גוטע געלעגנהייט.
עס איז א מנהג ישראל צו פארבינדן די געשעענישן פון דער וואך מיט די עניני דיומא פון דער סדרה פון דער וואך, לויט דעם בארימטן ווארט פון דעם אלטן רבי'ן בעל התניא והשולחן ערוך, וואס מיר האבן מערערע מאל געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז מ'דארף לעבן מיט דער פרשה פון דער וואך. איז דאס פיל-באדייטנד וואס די פרשה ואלה המשפטים פון דער וואך ענטהאלט אייגנטלעך ס'רוב אזעלכע מצוות, וואס לכאורה דארף מען גאר ניט אנקומען דוקא צו מתן תורה, ווארום דער נארמאלער שכל פון א נארמאלן מענטשן פאדערט און בארעכטיקט זיי נאר דאס איז אן אפלערע און אנווייזונג אויף אלע צייטן און אלע ערטער, אז אפילו די איינפאכסטע זאכן וועלכע זיינען פארבונדן מיט יושר און שכל האבן בלויז דאן א ווירקונג אויף דעם מענטשן און פארהיטן אים פון יצר לב האדם רע מנעוריו - אויב זיי זיינען באזירט אויף "נעשה ונשמע" פון קבלת התורה, דאס הייסט, אויף דעם געפיל פון אמונה און קבלת עול פון דעם אויבערשטן, רבון כל העולמים, אז דאס זיינען זיינע געבאטן און דעריבער מוז מען זיי פאלגן; אן דעם קען מען זיך ניט פארלאזן אויף דעם מענטשלעכן שכל און יושר. די דערפארונג האט געוויזן, אז וואו עס פעלט דער יסוד פון אמונה און רעליגיעזע דערציאונג, גייט דער מענטש ר"ל גאר אפט אראפ פון דרך הישר און טוט זאכן וואס זיינען דער היפך פון יושר און אפילו דער היפך פון שכל.
דער אויבערשטער זאל געבן, אז אייער שול זאל אויך ווייטער, לאורך ימים ושנים, געניסן פון דער אנפירערשאפט פון אייער חשוב'ן רב און מנהיג דער פארברענגער פון אמונה און תורה-געזעצן צווישן אייערע מתפללים און חברים, וכמו שנאמר, המשפטים אשר תשים לפניהם, פאר זייער גייסטיקער און מאטעריעלער טובה, ווי אויך פאר זייערע בני בית שיחיו.
בכבוד וברכה.