ב"ה, ב' אייר, תשט"ו
ברוקלין.
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף אייער בריף - אן דעם דאטום פון שרייבען - אין וועלכער איר שרייבט וועגען איינארדונג און פרנסה אז השי"ת קען געבען פרנסה אין יעדער ארט וכו'.
זיכער איז דאס טאקע אזוי, און דעריבער איז אויך פארשטענדליך אז מען קען ניט שטעלען דעם אויבערשטען ברוך הוא קיינע תנאים, אז דוקא אין דעם ארט וואו דעם מענשען געפעלט זאל דאס זיין, נאר מען דארף דאס אויפנעמען ווי השם יתברך וויל, און א איד דארף וועלען אויספירען די שליחות פון השם יתברך ניט דוקא אין דעם ארט וואו עם געפעלט, נאר דארטען וואו די השגחה עליונה בריינגט עם און וואו ער קען אויפטאן מער פאר אידישקייט און פאר א צווייטען אידען, וואס דורך דעם פארגרעסערט מען די ברכות פון השי"ת אין דעם וואס א איד, ער און זיינע בני בית נויטיגען זיך.
וואס דאס איז דער דרך פון הקדוש ברוך הוא מדה כנגד מדה, ווען מען געפינט זיך אין א ארט, וואו עס איז ניט[א] אזויפיל וואס נויטיגען זיך אין דער הילף פון א צווייטין, קען מען ניט מאנען דעם זכות וברכה. אבער מען קען האפען אז ווען השי"ת זעהט אז מען העלפט ארויס א צוויטען אידען צו מאכען עם נעהענטער צו תורה און מצות און בפרט אז דאס ווערט געטאהן אין א ארט וואו עס איז דא ווייניג וועלכע פארנעמען זיך מיט אזא ארבעט, אז השי"ת וועט עם העלפען אין דעם וואס ער באדארפט כמה פעמים ככה.
און השם יתברך זאל אייך העלפען צו איינארדנען זיך מיט א גוטע איינארדונג, און אין דעם ארט וואו עס איז גלייכער פאר הקב"ה און אין א אופן וואס עס געפעלט להקדוש ברוך הוא וואס דאס איז דער בעסטער ארט פאר די אלע בעטרעפענדע סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
בברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר