ב"ה, כ"ה אייר, תשט"ו
ברוקלין.
האברך שרגא פייוויש שי'[1]
שלום וברכה!
במענה על מכתבו בו כותב ע"ד סדר לימוד שיש לו בישיבה, ואח"כ לימוד עם תלמידים בתלמוד תורה, און דערמאנט אויך וועגען דעם וועלען פארן אין אמעריקא.
לויט דער גמרא סוף קידושין הם לא נבראו אלא לשמשני ואני נבראתי לשמש את קוני, וואס פון דעם פארשטייט מען אז אלע ענינים פון עולם, ניט נאר אייערע, זיינען תלוי אין דער ערפילונג פון ואני נבראתי לשמש את קוני, איז אז השי"ת האט אייך מצליח געווען, און האט אויסגעוויילט אייך אלס זיין שליח לקרב לבן של בני ישראל לאבינו שבשמים דורך דער עבודה לערנען מיט תלמידים תורה, און אויך צו האבען א גוטע השפעה אין דער ישיבה און תלמוד תורה, דארפמען פארלויפיג טראכטען נאר ווי צו פארגרעסערען אייער ארבעט אויף וויפיל עס איז נאר מעגליך, און בפרט אז די ישיבה דארף מאביליזירען אלע פראנענע כחות בכדי צו פארגרעסערט ווערען סיי בכמות און סיי באיכות אויף וויפיל נאר מעגליך איז, און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן צו איינע פון זיינע חסידים אז מען דארף זארגען אויף וואס דארף מען מיך, וועט השי"ת דענסטמאל פארזארגען דאס וואס איך דארף, והוא הדין בהנוגע לכל אחד ואחד מאתנו.
און איר זאלט מוסיף זיין אין התמדה ושקידה אין דעם לערנען פאר זיך און מוסיף זיין בעבודתו בקדש צו פארגרעסערען די ישיבה אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש אין מעלבורן - וועט דורך דעם אויך צוקומען אין די ברכות השי"ת והצלחתו אין אייערע ענינים הפרטים.
בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.