Letter # 3624

ט' תמוז, תשט"ו

The Rebbe's redemption is our redemption. When you raise the head, the feet are raised as well.

I pray that we can utilize all of our strength for the positive and that we should not need to fend off matters that disrupt, block, obscure, and limit.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט' תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

צו די אנקומענדע טעג פון י"ב וי"ג תמוז, גאולת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וגאולתנו ופדות נפשנו, ווי עס איז באוואוסט דער ביאור אין דעם, אז ווען מען הויבט אויף די קאפּ איז בדרך ממילא ווערט דער גאנצער גוף אפילו די פיס אויך דערהויבען:

זאל השי"ת העלפען אז עס זאלען פארקלענערט און דאן אראפּגענומען ווערען אלע העלמות והסתרים סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מען זאל קענען אויסניצען די כחות און מעגליכקייטען וואס השי"ת גיט, אינגאצען און דורכאויס אויף דעם ועשה טוב און ניט אפילו טיילווייז אויף דעם סור מרע, אויף מלחמה וביטול פון די דברים המבלבלים הסתרים העלמות און הגבלות.

בייגעלייגט איז דא חוברת רשימת המאסר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועלכע איז א המשך צו די פריערדיקע רשימות וועלכע זיינען געדרוקט געווארען אין די פאריגע יארען, און זיכער וועט איר מזכה זיין מיט דעם תוכן פון דער רשימה וואו איר קענט נאר גרייכען, וזכות הרבים תלוי בו.

בלי נדר, רעכינט מען דא, צו האבען א התועדות סיי שבת קדש הבע"ל, און אויך אויף מארגען זונטאג, און האפענטליך אז אנ"ש בכל מקום שהם וועלען אויך אזוי טאן, און ווען אידען זיינען בשמחה און מן הסתם רעט מען אויך א תורה ענין, איז דאך דאס א שמחה של מצוה וועלכעס איז א סגולה צנור וכלי צו דעם אלץ וואס מען נויטיגט זיך ביז די גילוים היותר נעלים, זעה אויך תורה אור כ, ב.

בברכת חג הגאולה ופ"ש כל המתועדים.