[ח' אלול, תשט"ו]
... דאס וואס דו שרייבסט, אז איינע א פרוי האט געשריבען אהער און מען האט איר געענטפערט צו בודק זיין די תפילין און די מזוזות ביי זיי אין הויז, און זי זאגט אז זיי זיינען כשר'ע, ווייס איך ניט וועמען זי האט געגעבן בודק צו זיין, און צי האט מען בודק געווען ווי געהעריג, אבער דו קענסט איר זאגען - אז עפעס שטימט דא ניט, און עפעס איז ניט אין ארדענונג, און דערפאר, פארשטייט מען ניט, וואס זי זאגט אז אלעס איז געווען אין ארדענונג...