Letter # 3841

אדר"ח מ"ח, תשט"ז

3841 - How to deal with unwelcoming thoughts and how to deal with doing things for ulterior motives?

Fill your thoughts with Mishnayos, Tanya, and Mamorim to occupy your mind. Many times the Yetzer Hora convinces you not to do good things because one is not doing them Lishma. Our sages tell us that from not doing things Lishma, one will eventually come to do them Lishma.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, אדר"ח מ"ח, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון כ"ו תשרי, אין וועלכען דו פרעגסט: וועגן,

א) ניט געוואונשענע מחשבות.

איז באוואוסט די עצה צו דעם, מעט אור דוחה הרבה חושך, און דעריבער דארפמען זיין איינגעטונקען אין מחשבות פון תורה ותפלה און זיין בקי אויף אויסווייניג פרקים משניות, פרקים תניא, ומה טוב לפחות לייכטע פארשטענדליכע מאמרי חסידות, וואס דאס אלץ העלפט צו באפרייען זיך פון מחשבות לא טובות.

ב) וואס טוט מען, אז יעדער זאך ווערט געטאן מיט א פני'.

אין דעם דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, ווארום מערערע מאל, אז דער יצר הרע וויל אפּהאלטען א אידען פון צו טאן א גוטע זאך, פּרובירט ער אויף דעם וועג, צו איינריידין עם, אז דאס טוט ער צוליב א פני', במילא איז גלייכער, אז ער זאל אינגאנצן ניט טאן, און דאס איז היפך פסק רבותינו ז"ל לעולם יעסוק בתורה ומצות שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה, און דעריבער, ניט קוקענדיג אויף דעם וואס זעלבסט פארשטענדליך דארף מען טאן מיט זיך אז סוף כל סוף זאל יעדער זאך געטאן ווערען אן א פני', אבער דערוויילע, אויב דאס איז נאר א גוטע זאך דארף מען זיך ניט אפהאלטען ח"ו פון טאן דאס, און ווי אויבען געזאגט.

און אין דאס אויבען געזאגטע בכלל צו סייעתא דשמיא, העלפט פיל ווען מען פועל'ט אויף חברים און דער סביבה צו מאכען זיי נעהענטער צו אידישקייט בכלל און צו חסידות בפרט, וואס דאס איז צדקה ברוחניות, ועל זה נאמר וצדקה תרומם גוי, וכמבואר בתורה אור ריש פרשת בראשית.

בברכה לתלמוד תורה מתוך שמחה ויראת שמים,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר