Letter # 3883

ט"ו מ"ח, תשט"ז

3883 - Your parents approved private English study; ensure its success with effort.

This knowledge will help you not only in matters of material sustenance but also in matters of spiritual sustenance. Many who speak English well have a positive impact on their surroundings.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ו מ"ח, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון דיין בריף פון יו"ד חשון מיט דאס בייגעלייגטע. און עס וואונדערט מיר אביסעל וואס דערמאנסט ניט ווי זיינען איינגעשטעלט געווארן דיינע סדרים אין דעם זמן, האפענטליך וועסט דו שרייבען וועגען דעם בא דער נעקסטער געלעגענהייט.

איך וויל אויסניצען די געלעגענהייט און אויפמרעקזאם מאכען דיר, אז וויבאלד דיינע עלטערען האבען מסכים געווען אז דו זאלסט לערנען ענגליש אויף א פּריוואטען אופן, האסט דו פון דיין זייט געדארפט משתדל זיין זיך אין דעם אז דער לערנען זאל זיין בהצלחה, דאס הייסט אז דו זאלסט קענען ריידין און שרייבען די לאנדס שפּראך ווי געהעריג, און אזוי ווי יעדער זאך פון לערנען איז אויף דעם געזאגט געווארן יגעת ומצאת, און זיכער אז מיט דער צייט וועט מען קענען אויסניצען די ידיעות ניט נאר אין ענינים פון פרנסה גשמית, נאר אויך אין ענינים פון פרנסה רוחנית, וכנראה במוחש, אז עס זיינען דא אזעלכע וועלכע זיינען פועל אויף דער סביבה דורך דעם וואס זיי באהערשען די לאנדעס שפּראך ווי געהעריג, וואס בנד"ז מיינט דאס ענגליש, און איך האף צו הערען פון דיר אז דו טוסט אזוי און לערנסט די שפּראך און עס גייט ווי געהעריג איז.

בייגעלייגט איז דא א קובץ וועלכער איז ערשט ערשינען, און זיכער וועסט דו קענען אויסניצען זיין אינהאלט אין דיין סביבה פאר החזקת והפצת היהדות.

בברכה לבשורות טובות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר