Letter # 3885

ט"ו מ"ח, ה'תשט"ז - אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה ה' עליהם יחיו

3885 - Encouraging support for the annual dinner of the Lubavitcher Yeshivos.

The abundant merit and obligation are especially upon those who lead the dinner. They must and should initiate the necessary movement of dedication and selflessness so that everyone can contribute to further expanding the support for the Lubavitch Yeshivah.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ו מ"ח, ה'תשט"ז

ברוקלין, נ.י.

אל אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דערמיט שיק איך מיין ברכה צו אלע עסקני הישיבה, מיטהעלעפר און אנטיילנעמער אין דער צוגרייטונג פון דער יערלעכער פייערונג פון מרכז הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש, וואס דארף פארקומען אי"ה ביום א' ויגש, ג' טבת הבע"ל.

איך באגריס די פריינט פון די ליובאוויטשער ישיבות אין צוזאמענהאנג מיט דעם זכות וואס זיי האבן זוכה געווען צו האבן א חלק אין דער אונטערשטיצונג פון איינער פון די גרעסטע פעסטונגען פון תורה ביראת-שמים פון אונזער צייט.

צוזאמען דערמיט שיק איך מיין אויפרוף - לויט דעם מאמר רז"ל אין מזרזין אלא למזורזין - און אונטערשטרייך דעם באזונדערן חוב וואס עס ליגט אויף די אלע וועלכע פארשטייען די לעבנס-וויכטיקייט פון א ישיבה בכלל, און די ליובאוויטשער ישיבות בפרט.

ווי אלע ענינים פון תורה און מצוות, דארף זייער ארבעט פאר די ליובאוויטשער ישיבות זיין בזריזות, און ווי עס איז באוואוסט די מעלה פון זריזות וואס אברהם אבינו האט איינגעפלאנצט אין אלע אידן עד סוף כל הדורות; און זי דארף זיין אין א שטייגענדער מאס, ווי יעדע לעבעדיקע זאך, וואס דער סימן פון חיות איז אין וואקסן און אנטוויקלען זיך.

וכמרז"ל - מעלין בקדש.

בפרט ליגט א באזונדערער זכות און חוב אויף די ראשי-העסקנים, די טאן-געבער און וועג-ווייזער, די עושים ומעשים, וואס פון זיי הענגט אפּ, אין א גרויסער מאס, די הצלחה פון א ישיבה-אונטערנעמונג.

זיי דארפן און מוזן שאפן די נויטיקע תנועה פון איבערגעבענהייט און מסירות נפש, אז יעדער איינער זאל טאן זיין פליכט לויט זיינע כחות, די אפענע כחות און די באהאלטענע כחות, און אזוי ארום פארזיכערן די ווייטערדיקע עקזיסטענץ און אויסברייטונג פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש.

אנערקענענדיק דעם גרויסן זכות און דערפילנדיק דעם הייליקן חוב, וועט יעדער איינער זוכה זיין צו דער ברכה פון כ"ק רבותינו הקדושים, די גרינדער פון דער ישיבה תומכי תמימים ליובאוויטש, וועלכע זיינען שטענדיק מעורר רחמים רבים פאר די שטיצער פון דער ישיבה.

לברכה המשולשת בבני חיי ומזונא רויחא, נוסף אויף דער ברכה פון - ותומכי' מאושר.

בברכת הצלחה בכל הנ"ל.