Letter # 3921

ב' כסלו, תשט"ז

3921 - Heaven forbid giving up hope of ever having children; this is a most important Mitzvah.

While we can't pinpoint the calendar date on which Hashem will grant your request, prayer helps to expedite Hashem's blessings.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ב' כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער שטימונג, האפענונג און פארלאנג פון השם יתברך ויתעלה צו האבען קינדער געזונטע.

וויבאלד דאס איז איינע פון די וויכטיגסטע מצות פון תורתנו הקדושה תורת חיים, דארפמען זיין שטארק אין בטחון אין דעם בורא עולם אז ער וועט געבען די מעגליכקייט אז איר מיט אייער מאן שיחיו זאלט מקיים זיין די מצוה. אבער זעלבסט פארשטענדליך אז מען קען ניט אנווייזען דעם אויבערשטן ברוך הוא אויפן קאלענדאר אז עס מוז זיין צו דער צייט, ווי בא זיך קומט אויס, ווארום השם יתברך איז דער קוואל פון גוטס, איז דאך זיכער אז ער ברוך הוא ווייס וועלכער זמן איז גוט און דענסטמאל וועט ער ערפילען אייער האַרץ פארלאנג צום גוטען. מען קען נאר, זייענדיג שטארק אין דעם בטחון אין דער ערפילונג פון דער בקשה, תפלה טאן, אז דאס זאל קומען ווואס פריער, און דאס וואס [איר] שרייבט וועגן פארלירען חס ושלום האפענונג, איז א אידישע טאכטער טאר דאס ניט זאגען, ווארום השם יתברך איז א כל יכול - קען אלץ - און וויל אז יעדער אידען זאל זיין גוט ניט נאר ברוחניות נאר אויך טאקע בגשמיות.

בברכה אז אייער תפלה אין דאס אויבען דערמאנטע זאל מקויים ווערען בקרוב און מען זאל האבען פון אייך גוטע בשורות.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר