Letter # 3955

י"ג כסלו, תשט"ז - מו"ה דוד שי' לאופער

3955 - Glad you joined the farbrengen. Keep strengthening Yiddishkeit year-round.

Lesson of Chanukah: Place a light outside the door when it gets dark; that's when we need to illuminate and increase the light every day.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ג כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה דוד שי'[1]

שלום וברכה!

מ'האט מיר איבערגעגעבען א כללות'דיקן גרוס פון אייך און אויך אז איר האט זיך באטייליגט אין דער התועדות וועלכע איז זיינער צייט געווען מיט דער באטייליגונג פון הרבנים הוו"ח אי"א נו"נ עוסקי בצ"צ וכו' הרב גראנער[2] והרב צימער שליט"א. און געוויס באנוגענט איר זיך ניט מיט דעם און טוט אויך אין החזקת היהדות והפצתה אין פארלויף פון די אנדערע טעג פון יאר, און די טעג פון חדש כסלו ימי גאולה זיינען ימי סגולה צו דער פארשפּרייטונג פון נר מצוה תורה אור ומאור שבתורה זוהי פנימיות התורה אפילו בחוץ.

וואס דאס איז אויך מרומז אין דער מצוה פון חנוכה, וואס דער אופן פון דעם קיום המצוה איז, להניחה על פתח ביתו מבחוץ, און ווען איז די צייט, משתשקע החמה, ווען אין דער וועלט ווערט פינסטער, וואס דוקא דענסטמאל מאכט מען ליכטיג און ווי דער פסק דין איז אז מוסיף והולך דמעלין בקדש. און ווען מען וויל אויף א אמת, געפינט מען די וועגען ווי אזוי דאס צו טאן, און השי"ת גיט הצלחה אין דעם, והשם יתברך זאל אייך מזכה ומצליח זיין צו אנזאגען בשורות טובות בכל האמור.

בברכה.

  1. 1 לאופער, הבנה. (אולי הכוונה הוא לHavana Cuba)
  2. 2 מהשערתי זה הרב יצחק דוד גראנער וצריך לברר