Letter # 3962

ט"ו כסלו, ה'תשט"ז

3962 - Greetings for the celebration of the ordination of Yeshivah Tomchei Temimim in Montreal!

Unique qualities of the Lubavitcher Yeshivah, in addition to fostering scholarly individuals, also cultivate G-d-fearing Jews with exemplary character, emphasizing the responsibility and self-sacrifice for other Jews.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ו כסלו, ה'תשט"ז

ברוקלין, נ.י.

צו די אנטיילנעמער אין דער חגיגה פון חג הסמיכה בישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש מאנטרעאל
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער פייערונג פון דעם חג הסמיכה, אין דעם טאג פון י"ט כסלו הבע"ל, שיק איך מיין באגריסונג אין ברכה צו די ראשי - ומנהלי הישיבה, די תלמידים מוסמכים און אלע געסט און אנטיילנעמער אין דער שמחה של תורה.

די דאזיגע תורה-פייערונג אין דער ליובאוויטשער ישיבה, אויסער דעם עצם ענין, איז א געשעעניש פון ווייטגייענדער באדייטונג און דאפּעלטער שמחה, נעמענדיק אין אכט דעם אייגנארטיקן כאראקטער פון דער ישיבה און אירע מחונכים.

ווארום אויב אין אמאליקע יארן איז דער הויפּט צוועק פון א ישיבה געווען איינצופלאנצען אין די תלמידים טיפע ידיעות אין דער תורה הק', ניט דארפנדיק זארגען וועגן דער השפעה פון דער סביבה, איז אבער אין דער היינטיגער צייט די הויפּט אויפגאבע פון א ישיבה צו דערציען ניט נאר לומדים, נאר דווקא לומדים יראי-שמים. די כוונה און שיטה פון א ליובאוויטשער ישיבה גייט נאך ווייטער: צו דערציען ניט נאר לומדים יראי-שמים בעלי מדות טובות ושומרי תורה ומצוה בהידור, נאך אויך איינפלאנצן אין די תלמידים דעם געפיל פון אחריות פאר דעם צווייטן, דורכגעדרונגען מיט דעם געפיל פון אהבת-ישראל און מסירות נפש. דערפאר זיינען די תלמידים און מחונכים פון דער ליובאוויטשער ישיבה "נרות להאיר", וועכלע פארשפּרייטן די ליכטיקייט פון תורה ומצוות מדות טובות ומנהגים טובים אין יעדן ארט און סביבה וואו די השגחה עליונה פירט זיי.

אלעס איז דאך בהשגחה פרטית; אזוי אויך דאס וואס דער חג הסמיכה קומט פאָר אין דעם ליכטיגען טאג פון י"ט כסלו, דער חג הגאולה פון כ"ק רבינו הזקן, בעל התניא ושלחן ערוך. אין דעם טאג איז דער אלטער רבי באפרייט געווארן פון די קיטרוגים דערפאר וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען בפועל ממש אויף צו פארשפּרייטן ניט נאר די קוואלן פון תורה נאר אויך פון הנהגה טובה, וואס צוליב דעם האט ער איינגעפירט פיל תקנות, און פארשפּרייטן זיי אפילו צווישן די וועלכע געפינען זיך נאך "חוצה", אין דרויסן. זיכער וועט זיך דער גייסט אפּרופן אין די מוסמכים און אין די אנטיילנעמער אין דעם חג הסמיכה און אין דער ליכט פון תורת החסידות ומנהגי החסידות וועלן זיי אויסשפּרייטן זייער השפעה אין זייער סביבה, יעדער איינער ארום זיך, סיי אויף די נאענטע און סיי אויף די וועלכע שטייען נאך דערוויילע פון דערווייטן, כדי צו דערנעענטערן זיי לאבינו שבשמים.

דער זכות פון תלמוד תורה ביראת שמים און דער זכות פון רבותינו הק' זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע זאל יעדן איינעם ביישטיין ממשיך צו זיין ברכה והצלחה לו ולב"ב שיחיו אין וואס זיי נויטיגען זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכת חג הגאולה, אשר אור וחיות נפשנו ניתן לנו.