Letter # 4058

כ"ו טבת, תשט"ז

4058 - The special role Jewish women played in the Exodus of Egypt and the message for our times.

They did not surrender to the decrees of the Egyptian king, who wanted to exterminate Jewish children, but they resisted, and with great sacrifice, a generation of Jewish children who afterward proclaimed 'We will do and we will hear' and accepted the Torah.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ו טבת, תשט"ז

ברוקלין.

בראנזוויל - איסט ניו-יארק ליידיס אקזילערי פאר די ישיבות תומכי תמימים ליובאווטש
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג, אז מארגען, מיטוואך פ' וארא, כ"ז טבת קומט פאר אייער יערלעכער באנקעט.

השם יתברך זאל העלפין ער זאל זיין בהצלחה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

אזוי ווי דער באנקעט קומט פאר אין דער וואך פון פרשת וארא, וואס די פרשה דערציילט וועגען מצרים און יציאת מצרים פון אמאל און גיט אויך אנדייטונגען אויף "יציאת מצרים" אין אונזער צייט, ווי זיך צו באפרייען פון גלות און פון אלע באגרעניצונגען בגשמיות וברוחניות.

איז ספּעציעל וויכטיג פאר דער אידישע פרוי בכלל - און עסקניות בפרט - צו געדענקען דעם ספּעציעלען זכות און די ספּעציעלע פליכטען וואס ליגען אויף דער אידישע פרוי, און דעם חלק וואס זי פארנעמט אין "יציאת מצרים" פון אמאל און היינט.

חז"ל דערציילען אונז, אז אין דעם זכות פון די נשים צדקניות זיינען די אידען אויסגעלייזט געווארען פון מצרים. זיי האבען זיך ניט דערשראקען פאר די גזירות פון מלך מצרים, וואס האט געוואלט פארניכטען אידישע קינדער, נאר זיי האבן אויפגעשטעלט, און מיט גרויס מסירת נפש, א דור פון אידישע קינדער, וואס האבען דערנאך געזאגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די תורה.

איך האף אז איר, אלס איבערגעגעבענע טוערינס פאר די ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ערציהען די תלמידים אז זיי זאלען אנגעהן מיט דעם נעשה ונשמע - זייער גאנצען לעבען און שטייגען אין תורה תמימה ויראת שמים.

וועט ווייטער אנפירען אייער ארבעט. און נאך מיט מער איבערגעגעבענהייט און מסירת נפש.

און השי"ת זאל אייך אלעמען מצליח זיין - אין דעם און אויך אין אייערע ענינים הפרטים בגשמיות וברוחניות.

בברכה.