Letter # 4100

ז' שבט, תשט"ז - מו"ה משה זלמן שליט"א פייגלין

4100 I'm pleased that you're happy with the progress of the Yeshivah. Joy breaks through boundaries

With increased effort, the Yeshivah will grow, which is a blessing for the city and country. Just as Yakov sent Yehudah to establish a Yeshiva in Egypt, and Yakov's best years were spent there.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ז' שבט, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ בעל מרץ ובעל מדות רב פעלים
מו"ה משה זלמן שליט"א[1]

שלום וברכה!

נאכן לאנגען איבעררייס - חאטש איך באקום גרוסן וועגען אייך און אייער משפחה שיחיו - בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון עש"ק ויחי, אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען אייער צופרידענהייט פון דער ענטוויקלונג פון דער ישיבה אהלי יוסף יצחק אין מעלבורן, און זיכער בריינגט די שמחה לויטן מאמר החסידים, שמחה פורץ גדר, אויף צו מוסיף זיין מיט נאך מער השתדלות צו פארשטארקען און פארגרעסערען די ישיבה, וועלכעס איז א מקור ברכה פאר אלע אידען אין מעלבורן און פאר דער גאנצער מדינה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. על דרך ווי די תורה דערציילט אונז, וואָס מעשה אבות איז סימן לבנים, אז איידער יעקב אבינו איז געפאָרען אין מצרים, ואת יהודה שלח - להורות לפניו גושנה, זאָגען רבותינו ז"ל, אז דאס איז צוגרייטען דאָרטען א ישיבה, און דורך דעם האט יעקב אבינו דער גרינדער פון ישיבה, געהאט דאס בעסטע לעבען דוקא אין מצרים, ווי עס איז באוואוסט די שאלה אין דעם וואָס עס האט געפרעגט כ"ק אדמו"ר הצמח צדק בא זיין זיידען כ"ק רבנו הזקן בעל התניא, און וואס ער האט עם געענטפערט (זעה לוח היום יום עמוד יב).

מיט א וואונש און האָפנונג צו באקומען פון אייך נאָך פילע יאָרען בשורות טובות בכל הנ"ל און אויך בשורות טובות בהנוגע צו זיך און אייער גאנצער משפחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,

און דער זכות פון דעם בעל ההילולא - וועלכע וועט זיין ביום ב' יו"ד שבט הבע"ל - כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אויף וועמענס נאמען עס ווערט אנגערופען דער מוסד הק', יעמוד לו ולב"ב בגשמיות וברוחניות.

בברכה לאריכות ימים ושנים טובות ולבשורות טובות.

 

  1. 1 פייגלין, מלבורן