Letter # 4102

ט' שבט, תשט"ז

4102 - No need to despair; Jews have faced countless hardships over the millennia.

To be successful, both in this world and the next, and to find true satisfaction in life, it's crucial for us, as Jews, to adhere to the guidance of the holy Torah.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט' שבט, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכע איר שרייבט וועגען די אגודת נשי ובנות חב"ד אין קליוולאנד.

איך בין געווען צופרידען צו ליינען אין אייער בריף אינטערעס אין ארבעט פון דער אגודת נשי ובנות חב"ד און וואס וויכטיקער אייער פערזענליכען איינטייל און זעהט אויך צובריינגען אייערע פריינד און באקאנטע.

זעלבסט פארשטענדליך אז איך בין איינשטימיג מיט אייך אז עס איז ניטא קיין גרונט צו זיין חס ושלום מיואש, אידען און אידישקייט זיינען אדורך פערשידענע שוועריגקייטען אין פארלויף פון די טויזענטער יארען פון זייער עקזיסטענץ, און דאך לעבען זיי אנהאלטענדיק זיך אין תורה און אירע מצות, און פילע פעלקער, וועלכע זיינען געווען פיזיש פיל שטארקער און פיל מער אין צאל, און דאך איז פון זיי קיין זכר - אנדיינק - געבליבען.

וואס דאס לערנט אונז, אז אויך אין דעם איצטיקען צושטאנד, דארפמען זיך ניט לאזען פארנארען פון דעם יצר הרע, לויט זיין אויסשפראך, אז עס איז שווער צו זיין א איד, נאר אין געגען טייל, אויב מען וויל באמת זיין גליקליך, און ניט נאר בעולם הבא נאר אויך טאקע בעולם הזה, און צו האבען אמת'ן נחת פון קינדער, איז דער איינציגער וועג - פאר אידען - דורך אנהאלטען זיך און גיין אין די וועגען וואס דער וועלט באשאפער און דער אנפירער פון דער גאנצער וועלט האט אונז אנגעוויזען אין זיין הייליקער תורה, און ווען מען וויל אויף א אמת, איז ניט נאר וואס מען קומט איבער אלע שוועריקייטען און מען איז מצליח, נאר אויך די שוועריקייטען ווערען קלענער איידער מען האט זיך פארגעשטעלט און אין פארלויף פון דער ארבעט ווערען זיי אלץ קלענער און קלענער.

און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין צו געפינען די פאסענדע אויסדרוק ווערטער צו ערקלערען דאס אויבען דערמאנטע אין קרייז פון אלע אייערע פריינד און באקאנטע, און דורך דעם נאך מער טיפער און מער אריינדרינגען אין דער ארבעט פון אויפהאלטען אידישקייט אין אלץ מער און גרעסערער מאס, און דער זכות זאל אייך ביישטיין אין אלע אייערע פריוואטע איינגעלעגענהייטען.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר