Letter # 4172

י"ט אדר, תשט"ז

4172 - I will pray for your physical as well as your spiritual health, as they go hand in hand.

Physical health is a gift from Hashem, while spiritual health is something we must actively pursue. It appears that the health issues mainly involve panic attacks, so strengthen your trust in the One who heals all sickness and performs wonders, and the attacks will diminish. Study Chitas.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ט אדר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון סוף חדש טבת (וועלכער איז געגאנגען אין וועג מער ווי געוויינליך) אין וועלכען איר שרייבט פרטים פון אייער לעבען אייער יעצטיגען געזונט צושטאנד און אויך דעם געזונט צושטאנד פון אייער פרוי תחי'.

לויט אייער בקשה, וועט מען אייך ביידען מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט בעסערונג סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואס בא אידען גייען גשמיות און רוחניות צוזאמענגענומען, דער אונטערשייד איז נאר, וואס געזונט בגשמיות גיט השם יתברך, און געזונט ברוחניות וויל השם יתברך אז מען זאל אליין דאס וועלען און טאן, ווי השם יתברך זאגט ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב וגו' ובחרת בחיים, דאס הייסט אז מען זאל טאן וויפיל מעגליך איז אין ענינים פון תורה און מצות און אויך איינווירקען אויף קינדער צו טאן אזוי, און השם יתברך גיט זיין ברכה והצלחה צו ערפילען די פאדערונג, ואין לך דבר העומד בפני הרצון, און זעלבסט פארשטענדליך אז השם יתברך באצאלט פילפאכיג צו די אלע וועלכע טוען אין דעם.

בנוגע ספעציעל צום געזונט צושטאנד, ווי עס זעהט אויס איז דאס מער א ניערווין זאך, און דעריבער דארפמען אינגאנצען מסיח דעת זיין פון דער גאנצער זאך, און שטארקען זיך אין בטחון בהרופא כל בשר ומפליא לעשות בורא עולם ומנהיגו, וואס דענסטמאל וועלען די אטאקעס, וועגען וועלכע איר שרייבט - זיין זעלטענער.

געוויס ווייסט איר פון די דריי שיעורים מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, השוים לכל נפש, א) זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען א שיעור תהלים - ווי דער תהלים ווערט פארטיילט אויף די טעג פון חדש - ב) לערנען יעדער טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך - זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשת שני, מאנטאג פון פרשת שני ביז שלישי א. א. וו. - ג) לערנען יעדער טאג א שיעור תניא - ווי דער תניא איז פארטיילט אויף די טעג פון יאר, און אלענספאל זאלט איר אפהיטען די שיעורים פון איצטער אן און ווייטער. והשי"ת יצליחו.

בברכת חג פסח כשר ושמח,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר