ב"ה, כ"ו אדר, תשט"ז
ברוקלין.
הרה"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה אהרן שי' הכהן[1]
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך אייער ברודער הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה כו' מו"ה יעקב שי' כ"ץ.
און צום אנקומענדען יום טוב פסח, ווינש איך אייך מיט אייער פאמיליע שיחיו א כשר'ן און פרייליכען פסח.
בייגעלייגט איז דאָ א שיחה אין וועלכער עס ווערט גערעט וועגען פארטיילען מצה שמורה אין דער סביבה, און אזוי ווי איך ווייס ניט אויב עס איז דאָ מצה שמורה בא אייך אין דער סביבה, שיקט מען אייך אין אַ באזונדער פאקעט אייניגע מצות שמורה, און השם יתברך זאָל אייך מצליח זיין אין דער פארטיילונג פון די מצה שמורה און צוזאמען גלייכצייטיג מיט דעם איינטיילען אמונה און שטארקונג אין אידישקייט, און ווי באוואוסט איז אז מצה איז דאָס דער מאכל וועלכער בריינגט רפואה צו אידען און דער מאכל וועלכער בריינגט שטארקונג אין אמונה.
בברכת החג.