ב"ה, ב' ניסן, ה'תשט"ז
ברוקלין, נ.י.
צו אחינו בני ישראל, און עסקני החינוך בפרט,
בכל אתר ואתר
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
חג הפסח, דער ערשטער יום-טוב וואס איז אונז געגעבן געווארן, איז סיי פאר דעם כלל ישראל, סיי פאר יעדן אידן בפרט, פארבונדן ספעציעל מיט דעם ענין פון חינוך.
פאר כללות ישראל - איז יציאת מצרים געווען זייער געבורט אלס א פאלק און דער אנהייב פון דער צוגרייטונג צו קבלת התורה, וואס תורה איז איר אינהאלט הוראה - אן אנווייזונג און דערציאונג אין א דרך-חיים, לעבענס-פירונג.
פאר יעדן אידן בפרט - האט די תורה ספעציעל אונטערשטראכן: והגדת לבנך, די דערציאונג פונם קינד, וואס איז איינע פון די עקריות'דיקע נקודות פון דעם יום-טוב פסח.
פסח איז דעריבער א פאסענדע צייט אריינצוטראכטן זיך אין די סדרים און אופנים פון חינוך, און ווי אזוי דאס ווערט דורכגעפירט למעשה, בפרט בהנוגע צו די ימים-טובים.
ימים-טובים, און פסח ספעציעל, זיינען פארבונדן מיט פיל דינים און מנהגים, וואס אויסער זייער בעדייטונג בשעת מעשה, דארף זייער השפעה זיך ציען און אריינדרינגען אינם טאג-טעגלעכן לעבן אויך א גאנץ יאר.
ווי וויכטיק דאס איז פאר יעדן אידן, נאך פיל וויכטיקער איז די השפעה פאר דער יוגנט און פאר קינדער בפרט.
פאקטיש, אבער, צוליב פארשידענע סיבות, איז אנשטאט וואס אין די טעג פון די ימים-טובים האט די השפעה געדארפט פארשטארקט און פארגרעסערט ווערן - ווערן די קינדער און תלמידים, אינגלעך און מיידעלך, באפרייט פון דער השפעה פון דער ישיבה, ישיבה-קטנה און תלמוד-תורה, און ניט נאר אויף די טעג פון יום-טוב, נאר אויך א געוויסע צייט פאר דעם.
אין דער אלטער היים, האט די באפרייאונג פון די תלמידים אין די "בין-הזמנים" זיך ניט אפגערופן שעדלעך אויף זייער חינוך, ווייל די גאס, און די היים אודאי, האבן געגעבן דעם קינד און די יוגנט א לעבעדיקע, ווארימע אטמאספערע פון יהדות און קיום המצוות אין טעגלעכן לעבן אין דער פולסטער מאס; די אויפגאבע פון די מוסדות חינוך איז געווען בעיקר צו געבן די תלמידים ידיעות אין דער תורה.
אין אונזער צייט, אבער, און ספעציעל אין דער לאנד, איז די אויפגאבע פון די מוסדות חינוך ניט נאר צו בארייכערן די ידיעות פון די תלמידים אין תורה ויהדות, נאר דער עיקר העיקרים איינצופלאנצן אין זיי יראת-שמים, קיום המצוות בהידור און א אידישן לעבנס-שטייגער בכלל.
אזוי ארום, איז דאס איבעררייסן פון דער השפעה פון די מוסדות חינוך אין די צייטן פון "בין הזמנים" און פון די טעג פון יום-טוב בפרט, בארויבט עס די תלמידים פון א לעבנס-נויטווענדיקע השפעה און דוקא אין א צייט, ווען זיי דארפן דאס באקומען אין דער גרעסט מעגליכער מאס.
איך ווענדע זיך דערמיט צו יעדערען וואס טוט אדער קען טאן אין חינוך הכשר, און צו די עלטערן בכלל, צו פארריכטן דעם באדויערנדן מצב דורך די פאסענדע מיטלען. און דער עיקר:
א) אייינארדענען, אז ערב יום טוב אדער ווייניגסטענס אמנאענטסטען צו יום טוב זאלן די קינדער באקומען נאכאמאל די נויטיקע אנווייזונגען און הדרכה אין די דינים ומנהגים פון דעם באטרעפענדן יום טוב, און וועגן זיין אינהאלט און בעדייטונג.
ב) איינארדענען, וואס ס'איז אומבאדינגט נויטיק, אז אויך אין די טעג פון יום טוב, יעדנפאלס אין די טעג פון חול-המועד, זאלן זיך די מחנכים צוזאמענטרעפן מיט די קינדער אויף א פאסנדן אופן, כדי אויסצוניצן די דאזיקע ימי-סגולה צו פארשטארקן די השפעה אויף די קינדער אין אלע ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט דעם יום טוב בכלל און בהנוגע לפועל בפרט.
און זיכער קען מען געפינען וועגען און מיטלען בייצוקומען די פראבלעמען וועלכע זיינען פארבונדן מיט ווייטקייט אין ארט אדער צושפרייטקייט פון די קינדער, ווארום דאס צוזאמענטרעפן זיך יום טוב קען דאך איינגעארדענט ווערן ניט דוקא אין דעם בנין פון מוסד חינוך; דא איז אויך ניט אזוי נוגע דער טעכנישער סדר פון פארשידענע כיתות, מחנכים אד"ג ווארום דא האנדלט זיך וועגן א לימוד און הדרכה, וועלכע קען פאראייניקן תלמידים פון פארשידענע כיתות וכו'.
ג) די עלטערן זאלן זיך ניט פארלאזען אינגאנצען אויף די מוסדות חינוך נאר אויך פון זייער זייט צו נעמען אין אכט, אז פון איין זייט איז די השפעה פון דער גאס א שעדלעכע, און פון דער אנדער זייט, האבן די קינדער מער פרייע צייט אין די טעג פון יום טוב און בין הזמנים - וואס דערפאר איז דאמאלסט פיל גרעסער די אחריות פון עלטערען פאר דער השפעה אויף זייערע קינדער, אבער אויך זייערע מעגליכקייטן זיינען פיל גרעסער.
דער אויבערשעטר זאל העלפן, אז אלע בנים ובנות, אלע קינדער פון אלע פיר סוגים וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין דער הגדה, זאלן צוזאמענגעקליבן ווערן בא איין טיש מיט דעם צוועק דורכצופירן העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה ה' אלקינו, און זיי אלע זאלן זיין גוטע שואלים, פרעגן בכדי צו וויסן און אויספאלגען דעם אמת'ן ענטפער פון דער תורה.
און דער אנהויב פון קיבוץ גליות, צוזאמענקלייבען בא א תורה סדר אויך די פארוואגעלטע קינדער, זאל אויך פארשנעלערן די אתחלתא דגאולה און גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ווען עס וועט מקוים ווערן דער וואונטש מיט וועלכן מיר הייבן אן דעם סדר: השתא עבדין לשנה הבאה בני חורין.
בברכת חג הפסח כשר ושמח,
מ. שניאורסאהן