ב"ה, י"א ניסן, תשט"ז
ברוקלין.
ליידיס אקזילערי...
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
צום קומענדען יום טוב פסח הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה.
אין צוזאמענהאנג מיט וועלכען רבותינו זכרונם לברכה דערציילען, אז אין דעם זכות פון אידישע פרויען פון יענעם דור איז געווען די אויסלייזונג פון גלות מצרים, ווינטש איך יעדערער פון אייערע חברות, מיט אירע בני בית - שיחיו, א כשר'ן פרייליכען פסח, אפארשטארקונג אין אייער ארבעט בפרט און בהנוגע אידישקייט בכלל.
און דורכדעם בייטראגען צו דער פארשנעלערונג פון דער גאולה השלימה והאמתית דורך משיח צדקנו במהרה בימינו.
ובברכת הצלחה.
בייגעלייגט קבלה פאר אייער ביישטייערונג.