Letter # 4234

י"ז ניסן, תשט"ז

Great news that your financial situation has improved. 'Open your mouth wide, and I will fill it'.

While it is a good argument that you must demand of yourself first before working with others, nowadays we can't wait, and we must work on both simultaneously.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ז ניסן, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

...איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף וועגען דער בעסערונג פון מצב הפרנסה, און איך האף אז עס וועט מקוים ווערען הרחב פיך ואמלאהו, און איר פון אייער זייט וועט מקיים זיין כפתגם רבנו הזקן, אז השם יתברך גיט אידען גשמיות און זיי מאכען פון די גשמיות רוחניות.

זעלבסט פארשטענדליך איז נויטיג צו באנייען די שמועסין צווישען זיך אין ענינים פון יראת שמים וחסידות. און דאס וואס איר זאגט אז פריער דארפמען מאנען בא זיך, איז חאטש דאס איז א גערעכטע טענה, אבער בזמן הזה דארפמען ניט אפשטופען קיין עבודה בקדש, און מען דארף טאן ביידע זאכען גלייכצייטיג, מאנען בא זיך און בא אנדערע, און ניט ווארטען ביז מען וועט בא זיך אינגאנצען גוט מאכען, ועל דרך מה שאמר כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע, נדפס בקונטרס ומעין עמוד כב. זעלבסט פארשטענדליך אז איר קענט דאס איבערגעבען אויך אייערע חברים צו אנגיין בדרך הנ"ל, ווייל אויך זיי זיינען די רייד געמיינט.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר