Letter # 4268

כ"ט ניסן, תשט"ז

A Jew's growth isn't about flipping calendar pages, but about adding to their mitzvah observance.

Our generation, which has undergone so much, needs to strengthen its trust in Hashem and serve Him with joy. This can be achieved through the study of Chassidus.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ט ניסן, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך באקומען דעם צעטיל פון אנשי מעמד, און האף איך אז פון זינט דאן, איז לויט די אנזאג פון רבותינו ז"ל אז מעלין בקדש, אז מען דארף צוגעבען אין ענינים פון קדושה, געמיינט תורה ומצות, איז אויך בא אייך געווען דער פאל, וואס דאס איז דער אמת'ר וואקסען פון א אידען, ניט נאר אז עס קומען צו חדשים און יארען אויפן קאלענדאר, נאר אז עס קומט-צו אין רמ"ח מצות עשה וועלכע זיינען כנגד רמ"ח אברים, און אין דער אפהיטונג פון שס"ה מצות לא תעשה, וועלכע זיינען כנגד שס"ה גידים פון מענשן, אברים און גידים פון דער נשמה און אזוי אויך אברים וגידים פון קערפער (גוף) און אז עס קומט צו אין דעם אלגעמיינעם געזונט, ווי געזאגט, איז השם יתברך מוסיף זיינע ברכות אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.

איך האף אז עס איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך וועגען דער דורכאויס נויטיגקייט אין דער צייט און אין דעם דור, וועלכער איז אדורך אזויפיל שטורעמס, צו האבען אויך א קביעות אין דעם חלק פון תורה וועלכער שטארקט דעם בטחון אין השם יתברך און העלפט בעסער צו מקיים זיין דעם אנזאג פון השם יתברך, עבדו את ה' בשמחה, און לויטן לשון הכתוב עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב, וואס דאס באקומט מען דורך דעם לערנען תורת החסידות דא"ח און וועל אייך דאנקבאר זיין אז איר וועט מיר אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

בברכה.

נ.ב.

זיכער ווייסט איר פון דער תקנה צו זאגען תהלים יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה, ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש, און האפענטליך וועט איר דאס אפהיטען פון איצטער אן און ווייטער.