Letter # 4908

ז' כסלו, תשי"ז

4908

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ז' כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' פ' ויצא, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער געזונט צושטאנד און די מיינונג פון דעם דאקטאר.

פארשטענדליך איז, וויבאלד אז ער זאגט - דער דאקטאר - אז אויב מען וועט אנהאלטען די דיעטא, קען מען אויסקומען אן א אפעראציע א יאר צוויי און מער, האט ניט קיין ארט צו טראכטען וועגען א אפעראציע, און בפרט אז פון צייט צו צייט קומען צו נייע וועגען אין דער באהאנדלונג פון אזא צושטאנד, און דעריבער איז זייער זייער מעגליך אז מען וועט אינגאנצען ניט דארפען קיין אפעראציע, און דאס ווענדעט זיך אין אייער זעלבסט קאנטראל, ניט אויפרעגען זיך און אפהיטען מער ווייניגער די דיעטא און אין אלגעמיינעם די אנווייזונגען פון דעם דאקטאר ספעציאליסט, און ווען איר וועט זיך אפילו נאר אויף א קליינע וויייל אריינטראכטען אין וואסערע ערטער מען איז געווען מיט אייניגע יאר פריער, און אז הונדערטער טויזענטער אידען געפינען זיך נאך אויך היינט דארטען זייער אבסטאנאווקע[1] דארטען און אייערע דא, וועלען גאנצענע טעג ניט גענוגענד זיין צו דאנקען השם יתברך פאר זיין חסד, און דענסטמאל זעהט מען וואס פאר א קליינעם ארט עס פארנעמען די שוועריגקייטען וועלכע זיינען פראן איצטער קעגען די אויבען געזאגטע חסדים פון השם יתברך, און איך בין זיכער אז עס איז גאנץ איבעריג צו ראספראסטנייען[2] אין דעם.

בברכה, אזוי ווי עס איז דאך איצטער דער חדש כסלו, וועלכער איז א חדש פון נסים און גוטעס, זאלט איר אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, און אויך וועגען אייער מאן און קינדער שיחיו.

בברכה לרפואה ולבשורות טובות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר 

  1. 1 מצב.
  2. 2 להרחיב הביאור.