Letter # 5010

ז' טבת, ה'תשי"ז - צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער ארצות-הברית חגיגה פון מרכז הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש

ז' טבת, ה'תשי"ז - צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער ארצות-הברית חגיגה פון מרכז הישיבות "תומכי תמימ

The Rebbe addresses the participants at the annual dinner of Lubavitch Yeshiva, highlighting the importance of preserving Jewish identity and independence, drawing lessons from the parsha to ensure continuity and growth even in challenging times.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ז' טבת, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ. י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער ארצות-הברית
חגיגה פון מרכז הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער יערלעכער חגיגה, יום א' שמות, ה'תשי"ז, שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער תורה-פייערונג פון מרכז הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש אין אמעריקא.

פאררופנדיק זיך אויף דעם באקאנטן ווארט פון דעם אלטן רבי'ן בעל התניא והשלחן-ערוך, דער באגרינדער פון תורת חסידות חב"ד, אז "א איד דארף לעבן מיט דער צייט" - מיט דער צייט און מיט דעם גייסט פון דער סדרה פון דער וואך - וויל איך אין קורצן זיך אפשטעלן אויף דער ערשטער פרשה ואלה שמות בני ישראל, וואס דאס איז די תורה-צייט ווען די חגיגה קומט פאר.

אין דער דאזיקער ערשטער גלות-פרשה ווערט דערציילט ווי אזוי א הייפעלע אידן, זיבעציג נפשות, אין א פרעמד לאנד, צווישן א גרויסן און מעכטיקן פרעמדן פאלק אין מצרים, האט זיך גאר ניט פארלארן, גאר ניט נתפעל געווארן; די ערשטע אידן אין דעם ערשטן גלות האבן פארשטאנען, אז דער סוד פון זייער אנדערשקייט, אידענטיטעט און זעלבסטשטענדיקייט, וואס זיי האבן אפגעהיט שטרענג און אן-פשרות'דיק, און ווי חכמינו זכרונם לברכה דערקלערן, אז אין זכות פון דעם וואס זיי האבן ניט געענדערט זייערע נעמען און זייערע מנהגים (שלא שינו את שמם כו') זיינען זיי אויסגעלייזט געווארען פון גלות. ניט נאר האט דער דאזיקער אידישער באוואוסטזיין פארהיט זיי פון פרעה און די מצריים, נאר עס איז געווען כן ירבה וכן יפרוץ, זיי האבן זיך פארמערט אין צאל און זיינען געווארען שטארקער אין גייסט, ביז זיי האבן זוכה געווען צו דער גאולה און צו קבלת התורה, וואס האט ליכטיק געמאכט די גאנצע וועלט און פארפאלקאמט דעם תכלית פון וועלט-באשאף.

אין דער דאזיקער פרשה פון תורתנו הקדושה, תורת חיים, געפינט זיך די פונדאמענטאלע לערע פאר אלע אידן אין אלע צייטן און אין אלע דורות פון גלות, בפרט פאר אונזער דור, ווען דער גלות האט אנגענומען די שארפסטע פארמען פון ליידן און פארניכטונג ח"ו, פיזישע און גייסטיקע. אומעטום זיינען אידן א קליינע מינאריטעט ארומגערינגלט פון א פרעמדער און פיינטלעכער וועלט, א וועלט וואו די עלעמענטארסטע מענטשלעכע רעכט און מאראל איז פולשטענדיק אונטערגראבן, וואו לכיטיקייט איז פארטוישט מיט פינסטערניש און פינסטערניש מיט ליכטיקייט, א וועלט וואס לעבט אין שרעק פון אטאמישער זעלבסטפארניכטונג ר"ל.

אין דער דאזיקער צייט פון פינסטערן גלות מוזן מיר אידן געדיינקען די אנווייזונגען פון דער ג-טלעכער תורה, תורת חיים, אז בלויז דורך אונזער אנדערשקייט און גייסטיקער זעלבסטשטענדיקייט וואס שטיצט זיך אויף דער תורה און מצוות, בלויז דורך אן אומפשרות'דיקן תורה-טרייען חינוך, קענען מיר פארזיכערן דעם קיום פון אונזער פאלק, סיי גייסטיק סיי פיזיש.

דערפאר איז דער קיום פון די ליובאוויטשער ישיבות אזא לעבנסוויכטיקער יסוד פון אידישן לעבן דא, ווארום אין די דאזיקע מוסדות, דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון זייער גרינדער, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דער גייסט פון אומפשרות'דיקע תורה-אידישקייט, פון מסירות-נפש, פון אהבת ישראל אהבת התורה און אהבת השם, ווערן דערצויגן טויזנטע קינדער, כן ירבו. דא ווערן דערצויגן "תמימים - גאנצע אידן, אידן מיט אן אחריות געפיל פאר דעם צווייטן און פאר דער סביבה ארום. דעריבער מוז יעדער איינער אנערקענען אלס זיין פליכט צו זיך און צו זיין משפחה און כלל ישראל, צו שטיצן די ישיבות תומכי-תמימים מיט א ברייטער האנט און צו העלפן זייער ווייטערדיקער אנטוויקלונג.

ובזכות זה וועט מקוים ווערן, בא יעדן בפרט און בא אלע אידן בכלל, כן ירבה וכן יפרוץ, און מיר וועלן זוכה זיין צו דער גאולה שלימה על יד איש בן פרצי בחסד וברחמים במהרה בימינו.

בכבוד ובברכת כל טוב

מנחם שניאורסאהן