Letter # 5017

None

Focus on Torah Study and Strengthening Bitachon

The Rebbe advises against worrying about livelihood and encourages dedicating another year to focused Torah study, both Nigleh and Chassidus, to strengthen bitachon. After Tishrei, future plans can be reassessed. He also urges maintaining the daily Chumash, Tehillim, and Tanya study.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט' טבת, תשי"ז

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון יום הרביעי.

זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז ניטא וואס צו זארגען זיך וועגען פרנסה, ווי עס ווערט ערקלערט אין ספרים, אז די דאגה וועגען פרנסה איז ניט נאר וואס עס העלפט ניט צו פרנסה נאר אין געגען טייל עס שטערט און מאכט שווערער, און בפרט אז עס איז שוין פראן אויך א כלי, און לויט דיין שרייבען אז חנוכה ביזט דו געווארען 19 יאר, איז לויט מיין מיינונג דארפסט דו אננעמען א פעסטען באשלוס צו לערנען לכל הפחות נאך א יאר בהתמדה ושקידה און פשוט לאנגע שעות אן שום טראכטען וועגען אנדערע זאכען אויסער לערנען, און זעלבסט פארשטענדליך אז לימוד התורה איז דאס לימוד תורת הנגלה ולימוד תורת החסידות וועלכע גיט א שטארקייט אין מדת הבטחון ענין האמונה און א חיות אין עניני תורה ומצות, און נאך דעם קומענדען ראש השנה וחדש תשרי הבע"ל מיישב זיין זיך וועגען די סדרים אויף ווייטער והשם יתברך יצליחו.

זיכער האלטסט דו אן די דריי שיעורים בחומש תהלים ותניא הידועים און אלענספאל זאלסט אפהיטען זיי מכאן ולהבא.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א