ב"ה, ד' שבט, תשי"ז
ברוקלין.
מנהלי גמילות חסד אשר על ידי בית הכנסת קרלין וקוברין
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו דערוויסען זיך דורך הרה"ג וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מדות מו"ה שלמה זלמן שי' העכט, פון אייער אויפנעמען בספר פנים יפות זיין הצעה, צו העלפען דעם קרן גמילות חסדים על ידי הכולל חב"ד אשר בעיה"ק ירושלים תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו, און האט מיר אויך אפגעשיקט אייער טשעק פאר דעם קרן גמ"ח האמור, און בייגעלייגט איז דא די קבלה.
בעת רצון וועל איך מזכיר זיין די אלע מתעסקים אין דעם, לויט ווי עס שרייבט הרב העכט שליט"א אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און השם יתברך זאל העלפען אז נאך פילע יארען זאלט איר קענען אוועקגעבען זיך אויף טאן אין ענינים של תורה ומצוה ובפרט צדקה ששקולה כנגד כל המצות, ווי ערקלערט בארוכה בספר תניא קדישא פרק ל"ז, און אין מצות הצדקה גופא, איז דאך גמילות חסדים פון די העכסטע מעלות אין צדקה (כהפס"ד בשו"ע יו"ד סי' רמ"ט סעיף ו').
און לויט דער הודעה פון השי"ת, מלוה ה'' חונן דל וגמולו ישלם לו (משלי יט, יז) איז דאך זיכער אז עס וועט באצאלט ווערען צו יעדער איינעם פון די אויבען געזאגטע אין דעם וואס זיי נוטיגען זיך, זיי מיט זייערע בני בית שיחיו, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
בברכה לבשורות טובות.