Letter # 5107

ז' שבט, תשי"ז -

The Rebbe's Response to a Dream Involving the Previous Rebbe

The Rebbe interprets a dream about the Previous Rebbe as a positive sign, encouraging the individual to continue raising their children in a Jewish and Chassidic manner, promising true Yiddishe and Chassidishe nachas (joy) and a long, healthy, and joyous life.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ז' שבט, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס איז ערשט ערהאלטען געווארען אייער בריף פון ה' שבט מיט דאס בייגעלייגטע.

עס איז דאך באוואוסט וואס די גמרא זאגט בנוגע צו חלומות, שאדם רואה מהרהורי לבו וואס מען טראכט באטאג, און ווען עס רעט זיך וועגען א רועה ישראל, אין דעם פאל איז דאס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס זיין ענין איז טאן גוטעס פאר אידען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות איז דאס זיכער חלמא טבא חזי, אז דער חלום איז א סימן צו נאך בעסערס אין די זאכען וואס מען נויטיגט זיך און בעיקר העיקרים צו מגדל זיין איר צוזאמען מיט אייער פרוי, אייערע זון און טאכטער שיחיו אין אידישען וועג אין חסידישן וועג און האבען פון זיי פיל אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער נחת חסידישער נחת לאריכות ימים ושנים טובות געזונטערהייט און פרייליכערהייט, און ואס מער מען לייגט אריין אין קינדער בנוגע צו אידישקייט און ווארימקייט און לעבעדיקייט וואס דאס גיט חסידות, אלץ מער גרעסער ווערט דער נחת וואס מען האט פון זיי, און דער עיקר דאס בריינגט אמת'ן גליק אין זייער לעבען,

און דער זכות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וואס זיין הילולא איז דעם קומענדען שבת, שבת שירה, זאל ביישטיין און וועט ביישטיין בפרט צו די אלע וועלכע האבען זוכה געווען צו באקומען ברכותיו הק' אין אלעס וואס מען באדארף.

בייגעלייגט איז איינע פון לעצטענס ערשינענע (איבערגעדרוקטע) ספעציעל פאר שבת שירה, וואס זיכער וועט דאס אינטערעסירן זוגתו תחי'.

בברכה לבשו"ט.