ב"ה, ז' ניסן, תשי"ז
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף:
עס וואונדערט מיר זיין אינהאלט, איר אליין שרייבט דאך אז איך האב אייך געבעטען שרייבען מיר און לאזן וויסען אז עס וועט בעסער ווערען, האט איר ניט געטאן אזוי, און האט אפגעווארט ביז דעם, אז נאך דער בעסערונג האט זיך עפעס פארהאקט, און דענסטמאל זייט איר ערשט מודיע.
עס איז באוואוסט ווי עס ווערט ערקלערט אין די הייליקע ספרים, אז מען זענט חסדים פון השם יתברך, דארפמען זיי אנערקענען אין די פולסטער מאס און אפדאנקען עם אויף א פאסענדען אופן, וואס דער דאנק דריקט זיך אויס, אין צוגעבען אין ענינים פון תורה ומצוות, וואס אז מען אנערקענט דאס גוטע וואס השם יתברך גיט, האלט דאס איין די ברכות פון השם יתברך, און השם יתברך גיט צו נאך אין דעם, אבער אויב ווען עס קומט דאס גוטע, נעמט מען דאס ווי א זעלבסט פארשטענדליכע זאך און אמאל נאך ווי א אייגענעם איינפאל וואס ער האט אויפגעטאן מיט זיין חכמה, און ענליכעס, איז ניט נאר וואס דאס בריינגט ניט צו, צו א הוספה אין תורה ומצות נאר צייטענווייז גאר פארקערט, ווארום מען פילט זיך פעסט בא זיך, איז דאך קיין וואונדער ניט אויב עס פארהאקט זיך דערנאך.
עס איז פארשטענדליך, דאס וואס איך האב געבעטען אייך צו לאזן מיר וויסען פון דער בעסערונג, איז דער מיין דערביי געווען, צו אויפמערקזאם מאכען אייך אויף איינצוקוקען זיך ווי השם יתברך פירט זיך מיט אייך בחסד וברחמים, און דורכדעם זאל נאך מער פארשטארקט ווערען דאס גוטע.
און השם יתברך זאל אייך העלפען אז אמווייניגסטען פון איצטער אן און ווייטער, זאלט איר טאן ווי אויבען געזאגט, און בפרט אז מיר גרייטען זיך צו דעם יום טוב פסח, זמן חירותנו.
איר דערמאנט ניט אין אייער בריף, וועגען אא שידוך פאר אייער זון שי' נעם איך אן, אז לויט ווי מיר האבען גערעט, ווערט געטאן אין דעם אויף א פאסענדען אופן, און השם יתברך זאל העלפען מיט הצלחה.
בברכה צו א כשר'ן פרייליכען יום טוב פסח,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר