Letter # 5357

י"א ניסן, ה'תשי"ז - צו אחינו בני ישראל, און עסקני החינוך בפרט, בכל אתר ואתר

5357 - Bringing Every Child to the Seder

The Rebbe urges reaching every Jewish child, even those disconnected from Torah, emphasizing that none should be forgotten. He warns against assimilation and highlights the power of Jewish pride and tradition. Like in Egypt, preserving identity leads to redemption—and by reconnecting all Jews, we prepare for the coming of Mashiach.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ.י.

צו אחינו בני ישראל, און עסקני החינוך בפרט, בכל אתר ואתר
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פסח הויבט זיך אן מיט כי ישאלך בנך - אז דיין זון וועט דיר פרעגען, והגדת לבנך - זאלסט דו זאגען דיין זון. און עס זיינען דא פארשידענע אופנים אין דעם פרעגען און דעם ענטפערען - לויט די פיר ערליי "בנים" - חכם, רשע, תם און שאינו יודע לשאול.

צוזאמען מיט דער פערשידענהייט פון די פיר בנים, זייער היפך'דיקייט איינער פון דעם צווייטען - האבעו זיי אבער אלע א צד השווה, געמעינזאמעס: אפילו דער רשע איז אויך דא בא דער עבודה-סדר, ער טרעפט זיך, לעבט צוזאמען און אינטערעסירט זיך מיט די עובדי העבודה, מיט תורה ומצות לעבען.

וואס דאס גיט א האפנונג און גאר א שטארקע האפנונג, אז ניט נאר דער תם און דער שאינו יודע לשאול, נאר אויך דער רשע, וועלען ווערען חכמים, פולע באוואוסטזיניקע אידען שומרי תורה ומצוה.

ליידער אבער איז פאראן ובפרט אין אונזער צייט פון חשך כפול ומכופל, נאך אן ארט בנים דער קינד וואס איז גאר ניטא צום סדר. ער פרעגט קיין קשיות ניט, ווייל ער האט גאר ניט צו טאן מיט תורה ומצות, מיט אמת-אידישע דינים און מנהגים. ער ווייס ניט אז ס'איז דא אן "עבודה הזאת" - א סדר של פסח, א יציאת מצרים און קבלת התורה.

מיט די קינדער מוז מען זיך אפגעבען לאנג לאנג נאך פאר פסח און פאר דער סדר נאכט, און אויך אויף זיי דארפען זיך אפגעבען מיט מסירת נפש און אהבת ישראל.

ווארעם אויף קיין איינציג אידיש קינד טאר מען ניט פארגעסען, און אלע כחות מוז מען אנווענדען אום ארויסצושלעפען אים פון זיין מצב און צוריק-ברענגען עם צום אידישען סדר-טיש.

***

ווי אין אלע טוט-ווייע ערשיינונגען, וואס כדי צו פארריכטען דעם מצב דארף מען פריער וויסען וואס זיינען די סיבות וועלכע האבען געבראכט דערצו, אזוי אויך אין דעם פאל.

צום באדויערען מוז מען אנערקענען, אז כמעט אלעמאל זיינען שולדיק אין דעם מצב פון דעם ארט קינדער, הויפטזעכלעך די עלטערען.

קומענדיק אין א ניי לאנד און געפינענדיק זיך אין א סביבה וואו מען איז א קליינע מינדערהייט און אנשטויסענדיק זיך אויף שוועריקייטען, וועלכע זיינען בכלל אומפארמיידלעך בא יעדער איבערזידלונג פון ארט צו ארט, האבען זיך א טייל עלטערען איינגערעדט, אז דער איינציקער וועג אויסצומיידען די שווערקייטען איז - וואס גיכער אויסצוגלייכען זיך אין אלעם מיט דער ארומיקער סביבה, דורך דעם אראפווארפען פון זיך דעם עול תורה און שמירת המצוות. אויב אפילו בא זיך אליין האט מען דאס ניט לייכט און ניט אין דער פולער מאס געקענט פועל'ן, האט מען אבער באשלאסען, אז די קינדער זאלען דעם געראנגעל ניט דארפען דורכמאכען.

מען האט זיך אליין אינגערעדט און אויך בעאיינפלוסט די קינדער - אז אידישקייט, תורה ומצות, זיינען ניט צוגעפאסט פאר איצטיגען לעבען ובפרט אין א נייעם ארט. אין אמת אידישען ארט לעבען האט מען געזוכט און במילא, סוף סוף, אויך "געזען" בלויז חסרונות, און אין דער סביבה ארום - בלויז מעלות.

דורך דעם דאזיקען צוגאנג האבען די אויבענדערמאנטע עלטערען געזוכט צו פארזיכערען די עקזיסטענץ פון די קינדער אין דער נייער סביבה. זיי האבן דערביי פארגעסען.

אז א מענטש קאן ניט עקזיסטירען - ווי א מענטש דארף עקזיסטירען - אויב ער גיט אויף זיין נשמה לעבען, זיין גאנצע רוחניות - צוליב גוף און גשמיות.

מען האט אויך ניט גענומען אין באטראכט אז יעדער סתם-נאכמאכען איז פאלש און רופט ארויס פאראכטונג אפילו בא די וועמען מען וויל נאכלויפען און חנפענען, און אז אויב די סביבה און די מערהייט איז ניט איינגעשטעלט אויף צדק און יושר, וועלען זיי סי ווי סיי וועלען דערדריקען די שוואכערע און די מינדערהייט.

***

דער זעלבער פאלשער צוגאנג, צו לייזען די לאגע פון א מינדערהייט אין א ניט פריינטליכע סביבה דורך אויפלייזען זיך, ד.ה. אין תוך גענומען, דורך זעלבסטמארד, אדער ווייניגסטענס דורך זעלבסטפארקריפלונג, איז געמאכט געווארען ניט נאר דורך יחידים, נאר ליידער, אויד דורך בעשטימטע גרופען אידען פאראייניגטע צווישען זיך דורך געמיינזאמע אומשטענדען, און דערפון זיינען אויסגעוואקסען די פארשידענע באוועגונגען וואס, אפען אדער פארשטעלט, האבען זיי מלחמה געגען דער תורה ציווה לנו משה וואס ער האט איר מקבל געווען פון ה' אחד פאר אידען וואס זיינען אחד בארץ, באוועגונגען וואס ניט קוקענדיג אויפ זייערע מלחמות צווישען זיך, זיינען זיי אלע געבויט אויפן זעלבען געדאנק: הני' כגוים כמשפחות הארצות לשרת עץ ואבן (לאמיר זיין ווי די פעלקער, ווי די משפחות פון די לענדער, דינען צו האלץ און שטיין. יחזקאל כ, לב).

***

די רעזולטאטען פון דעם דאזיקען דורך-און-דורך פאלשען צוגאנג זיינען געווען, אז טויזענטער און טויזענטער נפשות זיינען אפגעריסען געווארען פון זייער אמת'ן לעבענס-קוואל פון אידישקייט און פון אידען, זיינען גייסטיג ערמארדעט געווארען. עס זיינען אויסגעוואקסען קינדער, וועלכע זיינען שוין איצטער טאטעס און זיידעס, וואס ניט נאר זיין זיינען ניט אין דאם סוג פון חכם, תם אדער שאינו יודע לשאול, נאר אפילו קיין רשע אויף ניט.

זי האבען פארלארען זיך, און גייען פארלארען, ח"ו, פאר אידען און אמת'ע אידישקייט וואס חד הוא (זיינען איינס).

***

קומט יציאת מצרים און יום-טוב פסח און לערנען אונז, צווישען די פיל אנדערע אנוויזונגען אויך פארן טאג-טעגלעכען לעבען, אז ניט אין דעם פארזוך נאכצומאכען די סביבה ליגט די האפנונג אויף גאולה און פרייהייט, נאר פונקט פארקערט.

די אידען אין מצרים זיינען א קליינע מינדערהייט און האבען געלעבט אין די ערגסטע באדינגונגען. אבער ווי חכמינו ז"ל דערציילען, האבען זיי זיך אפגעטיילט פון דער סביבה און האבען מיט שטאלץ אפגעהיט זייער ארט לעבען, טראדיציעס און אייגנארטיקייט (שהיו ישראל מצויינים שם בלבושם ומאכלם ולשונם), און דורך דעם דוקא האבען זיי פארזיכערט זייער עקזיסטענץ, און אויך צוגעקומען צו דער אמת'ער גאולה. קערפערלעך און גייסטיג.

***

עס איז איינע פון די לעבענס-נויטווענדיקע אויפגאבען פון אונזער צייט אנצווענדען די גרעסטע כוחות אויף אריינגעבען אין דעם יונגען דור, און אפילו אין די וועלכע זיינען אלט אין יארען, אבער יונג און קליין אין ידיעות - די ריכטיקע אפשאצונג פון אמת'ע אידישקייט, תורה-טרייע אידישקייט, ניט געפעלשטע אדער פארוואסערטע אידישקייט, און די דערקענונג אז פון איר היינגט אפ דער עצם קיום פון א אידען, פון יעדער אידען, דער קיום אויך אין עולם הזה אין יעדער ארט און צו יעדער צייט.

ביז אז זיי זאלען זיך אומקערען צו מסורת אבותינו אברהם יצחק ויעקב, און מיט שטאלץ איינשטעלען און אופהיטען דעם אידישען שטייגער לעבען, לעבען לויט די אנוויזונגען פון תורתנו תורת חיים.

א איד טאר זיך קיינמאל ניט מייאש זיין; א אידען טאר מען קיינמאל ניט אויפגעבען. און מיט דעם ריכטיגען צוגאנג פון אהבת-ישראל, וועט מען אויך דעם דערמאנטען סוג קינדער ארייננעמען אין די "ארבעה בנים", און מיט דער צייט אויך אריינברענגען זיי אין דעם סוג - בן חכם.

***

דער אויבערשטער זאל העלפען, אז אלע בנים ובנות זאלען צוזאמענגעקליבען ווערען בא איין טיש פון העבודה הזאת און פראווען סדר פסח כהלכתו, דורכצופירען העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה ה' אלקינו.

און דער אנהויב פון קיבוץ גליות, צוזאמענקלייבען בא א תורה סדר אויך די פארוואגעלטע קינדער, זאל פארשנעלערען במהרה בימינו די אתחלתא דגאולה און בריינגען די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בברכת חג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן