Letter # 1181

1181 - ח אלול, מוהרי"מ גרינברג השגחה על כשרות -שמשימים בקדרה ושמשמים בראש

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ח' אלול, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יצחק מאיר שי'

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטן אייער בריף פון עש"ק ראה, אין וועלכען איר שרייבט אז איר זייט א משגיח אויף כשרות אין א מושב זקנים פון דזוינט, און אייך איז שווער צו אויספירן דאס וואס איר ווילט, וויילע ניט אלעס וויל מען אויספאלגען וואס איר ווילט, און איר פרעגט צי זאלט איר אריבערגיין פארנעמען זיך מיט [...].

מיין מיינונג איז, אז וויבאלד השי"ת האט אייך געגעבען אזא זאך, וואו איר קאנט העלפן אז דער מושב זקנים זאל אנגעפירט ווערן בכשרות און זיכער אז ווען איר וועט דארטן זיין, וועט איר קאנען משפיע זיין, ניט נאר אז דאס ווען מען לייגט אין מאגען זאל זיין בכשרות, נאר אויך דאס וואס מען לייגט אין קאפ זאל זיין בכשרות, מיין איך אז איר דארפט ניט אפלאזען די שטעלע, און איך בין זיכער אז ווען איר וועט זוכן עצות וועט איר אויך געפינען די פאסענדע וועגען צו משפיע זיין, אף וועמען דאס איז אפהיינגיג אז מען זאל אויספאלגען אייערע אנווייזונגען, און דעם שכר פון דעם וואס דער מושב זקנים וועט געפירט ווערען על טהרתו, איז שווער צו משער זיין דעם זכות פון דאם, און דערפאר בין איך זיכער, אז דאס וועט אייך בריינגען ברכה והצלחה אין אייערע פערזענליכע ענינים און אויך נחת פון אייערע קינדער יחיו.

בברכת כוח"ט לשנה טובה ומתוקה.

נ"ב: בייגעלייגט איז א אויסצוג פון דער שיחה פון שבת קדש מברכים אלול, און געוויס וועט איר קאנען אויף א פאסענדען אופן אויסניצען דאס צווישען די איינוואהנער פון דעם מושב זקנים, שיחיו.