Letter # 1672

א' תמוז תשי"ב

1672 - דאס וואס איר שרייבט בנוגע צו אייער מאן און דעם שלום בית

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, א' תמוז תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריף פון כ"ו סיון, אין וועלכען איר באשרייבט אין קורצען אייער אפשטאם און אייער לעבען באזונדער אין דער לעצטער צייט, און שרייבט אויך וועגען אייער שוואכקייט און אז איר דארפט די טעג באזוכען א דאקטאר א ספעציאליסט וועלכער וויל מאכען א אנאליז א.א.וו.

מיין מיינונג איז, אז איר דארפט זיין שטארק אין אייער בטחון בהשם יתברך וועלכער פירט אן מיט דער גאנצער וועלט און וויל אז עס זאל זיין גוטס אין דער וועלט, אז ער - ברוך הוא - וועט אייך העלפען אז דער אנאליז און דאס וואס די דאקטוירים וועלן ראטן דערנאך צו טאן, וועט זיין אלעס צום גוטען, און אין געכען וועט איר צוריקקומען צו אייער פאלשטענדיגן געזונט, און וועט קענען אנפירען אייער הויז, אז זי זאל זיין א אידישע הויז אין אלע הינזיכטען.

דאס וואס איר שרייבט בנוגע צו אייער מאן און דעם שלום בית האט איר געדארפט פארקוקען אויף פארשידענע זאכען וועלכע איר האלט פאר חסרונות, ווארום ווען עס איז אפילו אזוי, איז אין די יארען אין דעם עלטער איז שווער צו איבעראנדערשן עם, איז עטליכע מאל אויפמערקזאם מאכען עם אויף דעם, און ניט קענענדיג זיך באהערשען, רעגט דאס עם מער אויף און בריינגט ניט קיים נוצען, און ווען ער וועט זעהען אז איר פארקוקט אויף דעם און דאס ווירקט ניט אויף אייער באציהונג צו עם, איז זיכער אז אין פארלויף פון א ניט לאנגער צייט, וועט זיך דער שלום בית אויסבעסערען.

איר דערמאנט וועגן אייער עלטערע טאכטער, וועלכע איז אין אנדערע אומשטענדען און בעט פאר איר א ברכה, ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין, זי איר מאן און אייך אלעמען וועלכע איר דערמאנט אין אייער בריף צו דעם וואס יעדער פון אייך באדארף, און איך האף אז איר וועט קענען אנזאגען מיר גוטע בשורות.

בכדי אויף אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך, דארפמען האבען די פאסענדע כלים און וואס מער, און דאס זיינען די זאכען פון תורה ומצות, און דעריבער וואלט איך אייך פארגעשלאגען 1) אז בא אייך און בא אייערע קינדער אין די דירות, זאלען זיין כשר'ה מזוזות אויף די טירן. 2) איר און אייער פארהייראטע טאכטער, זאלט געבען צדקה פאר ליכט בענטשן אויף זאכען וואס איז פארבונדען מיט תורה חינוך, פון אידישע קינדער 3) אז בא אייער פארהייראטע טאכטער און אויך בא אייך, זאל זיין א שטריינג כשר'ה אידישע קיך 4) אז אייער מאן און אייערע זין זאלן לייגען תפילין אלע טאג (זעלבסטפארשטענדליך אויסער שבת און יום טוב)

איך וויל ווידערהאלען מיין וואונש, איר זאלט האבען א געזונטן זומער מיט אייער גאנצער פאמיליע און אין געכען זאלט איר קענען אנזאגען מיר א גוטע בשורה אז אייער געזונט האט זיך געבעסערט און אז דער שלום בית איז בעסער געווארען און אויך וועגען אייער טאכטער תחי'.

בברכה.