ב"ה, כ"ז תמוז, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
זיינער צייט האב איך באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר מרדכי דב שי' טעלישעווסקי, און אויך דורך אייערע קרובים וועלכע האבען מיך באזוכט, - וואס איך שרייב אייך יעצט איז בנוגע אייער זון הוו"ח אי"א נו"נ בעל מרץ וכו' מוה"ר... שי'. וואס זיכער ווייסט איר אז ער איז געווען א צייט אין מעקסיקא און האט זיך דארט באשעפטיגט אין ענינים פון חינוך, און האט תודה לא-ל מצליח געווען, און איז שפעטער, צוליב פארשידענע סיבות אוועק געפארן פון דארטן.
לויט די ידיעות וואס איך האב יעצט באקומען פון דארטן, איז דער מצב אין דעם פרט פון חינוך, דארטן א קריטישער, עס זיינען פראן - בלי עין הרע - פילע קינדער וועלכע ווילן לערנען ווי עס באדארף זיין אבער עס איז ניט[א] דער פאסענדער מענש וועלכער זאל קענען אנפירען דאס אז עס זאל זיך אויפארבעטען ווי מען באדארף.
ווען איך האב גערעט מיט אייער זון, ווען ער איז געווען בא מיר איז צווישען אנדערע טעמים האט ער מיר געזאגט אויך דעם טעם, אז ער ווייס ניט, ווי וועלען זיך באציען זיינע עלטערן שיחיו צו דעם, וואס לויט זייער מיינונג, דארף ער נאך א געוויסע צייט לערנען צוליב זיך אליין,
זיכער איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם וועגען דער נויטיגקייט פון לערנען תורה פאר יעדער אידן בכלל און פאר אינגערע בפרט, אבער ווען עס האנדעלט זיך וועגען הונדערטער קינדער וועלכע מען דארף ראטעווען, אז זיי זאלן בלייבען אידען, דארף יעדערער האבען מסירת נפש, אויף אפלייגען זיינע פערזענליכע ענינים פון שטייגען בתורה און אנדערע רצונות, און לכל הפחות א געוויסע צייט אוועקגעבען זיך צו ראטעווען אידישע זין און טעכטער פון דער סכנה צו פארגעסען ח"ו אין גאנצען אויף אידישקייט, און יעצט גראדע איז די צייט וואס אייער זון שי' קען אויפטאן אין דעם, און עס קען זיין בהצלחה, און מיר האבען אויף דעם די הבטחה פון רז"ל, אז ווען השי"ת זעהט אז מען טוט צדקה מיט זייינע קינדער און מען העלפט זיי צו ווערען אידען ווי עס באדארף צו זיין, העלפט ער - השי"ת - צו מאכען די הארץ און מוח פון דעם פערזאן, אלף פעמים זכים ככה, אז אין א קורצער צייט איז ער מצליח דאס וואס ער וואלט באדארפט אויף דעם זייער פיל צייט, ווען ניט די ארבעט פון דער צדקה וואס ער טוט.
איך דיינק אז עס איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, או דאס געזאגטע וועט גענוג זיין אז איר זאלט זיך אריינטראכטען אין דעם צוגאנג אייערען צו דעם פראגע, און איך האף און בין זיכער אז איר וועט אויסניצען אייער השפעה אויף אייער זון שי' אז ער זאל געבען זיין צייט אויף דעם, און ווען אפילו עם דאכט זיך אז דאס איז א מסירת נפש פאר עם, איז צוליב דעם אז אידישע קינדער זאלן בלייבען אידען, איז דאס אויך כדאי, און השי"ת זאל באצאלען עם און אייך אלף פעמים ככה אין די אלע ענינים וועלכע יעדער פון אייך באדארף.
בייגעלייגט איז די רייד פארצייכנונג וואס איך האב געזאגט צו די תלמידים וועלכע פארען יעצט איבערן לאנד אין שליחות פון מרכז לעניני חנוך, וועלכע באמת שייך אויך צו דער פראגע פון אייער זון שי'.
בברכת הצלחה בעניניו המחכה לבשו"ט.