Letter # 1806

א' דר"ח אלול, ה'תשי"ב

1806 - אז בשכנות האט א קאלארד פאמיליע אפגעקויפט א הויז, און במילא ווייס ניט אייער מוטער תי' וואס צו

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, א' דר"ח אלול, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו פון יום ג' ואתחנן, און צוליב פאר-שידענע סיבות האט זיך דער ענטפער פארהאלטן.

איר שרייבט בנוגע אייער הויז אויף ניו-יארק אוועניו, אז בשכנות האט א קאלארד פאמיליע אפגעקויפט א הויז, און במילא ווייס ניט אייער מוטער תי' וואס צו טאן מיט אייער הויז.

אויף וויפל מיר געדיינקט זיך, האב איך שוין אמאל געענטפערט אויף אן ענלעכע פראגע, אז בא מיר קומט אויס אז מ'דארף פארקויפן די הויז צו א קונה וואס וועט געבן דעם בעסטן פרייז און קאנדישאנס, אבער גלייכצייטיק דארף מען די געלט אינוועסטן אין א הויז אין א פאסנדן סעקשאן.

בנוגע דער צווייטער פראגע, אז אייער מוטער האט א לא-סוט פון איינער וואס איז ארפגעפאלן פון די טרעפ און מאנט $20,000 און איר זייט געדעקט פון אינשורענס בלויז אויף א העלפט דערפון, און איר פרעגט אויב עס איז כדאי איר זאלט נעמען א לאיער, קומט בא מיר אויס אז דאס גופא דארף מען זיך מיישב זיין מיט א לאיער, ווארום אין אזא קייס, על פי רוב, גיט דער קארט ניט נאך די גאנצע סומע פון קליים. לאידך גיסא, זיינען פאראן לאיערס וועלכע אונטערנעמען א קייס ניט פאר א געוויסן אפצאל נאר א פערסענטענטזש (קאנטינדזשענסי בייסיז) פון דער סומע וואס זיי געווינען פאר זייער קליענט. זיכער האט איר בא וועמען צו פרעגן וועגן דעם.

בכל אופן דארפט איר איבערגעבן אייער מוטער, אז זי האט ניט וואס צו זיין אין א פאניקע דערפאר ווא א קאלירטע פאמיליע ציט זיך אריין בשכנות, ווארום זיי זיינען אויך מענטשן מיט וועלכע מען קען הויזן, און פארקערט צווישן ווייסע קען אויך אמאל זיין אזעלכע וועלכע טויגן ניט. דאס וואס איך ראט אייך די הויז צו פארקויפן איז א) טאמער וועט פאלן דער פרייז, ב) צו בארואיקן אירע נערוון.

אין בין געווען זייער צופרידן צו לייענען, אז איר האט גע'חזר'ט א מאמר י"ב תמוז, איך האף אז איר וועט בכלל אויסניצן די צייט וואס איר זייט אין האטעל, וואו עס קומען זיך צוזאמען פארשידענע מענטשן פון פארשידענע שטעט, זיי איבערצוגעבן לכל הפחות די עקרים פון תורת החסידות בנוגע אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.

השי"ת זאל אייך מצליח זיין בהסתדרות טובה און אייער מוטער זאל האבן א סך אידישן נחת פון אלע אירע קינדער שיחיו.