Letter # 2485

כ"ה אד"ר, תשי"ד - מוה"ר משה שי'

2485 - When the proposed groom shares the same name as his father-in-law.

If people call them differently then you have no problem.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ה אד"ר, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר משה שי' 

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ד אד"ר, אין וועלכען איר פרעגט מיין מיינונג, וועגען א שידוך וואס מען רעדט אייער טאכטער מיט א בחור וועלכען מען רופט משה יוסף און אייער נאמען איז דוד משה.

איז אויב מען רופט אייך ביידען פערשידען, ד.ה. אז איינעם פון אייך רופט מען - אייך רופט מען - משה און דעם אנדערען יוסף, אדער מען קען איינארדנען אז מען זאל עם רופען מיט ביידע נעמען משה יוסף אדער אייך מיט ביידע נעמען [דוד משה], איז דענסטמאל די פראגע פון די נעמען אין ארדענונג. 

לויט אייער בקשה ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך מזכיר זייך אייך צו הצלחה אין אייער געשעפט און צו פרנסה בכלל, און השי"ת זאל העלפען אייך מיט איי[ער] פרוי תחי' פיל אידישען נחת פון אייערע קינדער שיחיו.

בברכה.