Letter # 2521

י"ב אדר ב', תשי"ד

2521- I was pleased with the first part of your letter that you have put the ideas into practice.

The second part of your letter in which you express your worries about your pregnancy is surprising. As everyone in our generation were miraculously saved by Hashem and brought us to a peaceful country.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ב אדר ב', תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריף פון ט' אדר שני. איך בין געווען צופרידען פון דעם ערשטען האלבען בריף אייערען אין וועלכען איך זעה אז איר האט ריכטיג אויפגענומען דעם אינהאלט פון מיין בריף צו די נשי חב"ד אין... און דער עיקר וואס איר האט דאס פארווירקליכט אין מעשה בפועל צו אויפפירען זיך ווי עס דארף זיך אויפפירען א אידישע טאכטער בכלל און א חסידישע פרוי בפרט, און השי"ת וועט זיכער מקיים זיין, זיין הבטחה אז דאס וועט מוסיף זיין ברכה והצלחה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.

און אין צוזאמענהאנג מיט דעם וואונדערט מיך באזונדער דער אנדער העלפט פון אייער בריף אין וועלכער איר שרייבט אז איר טראכט איבער וועגען אייער צושטאנד יעצט וואס איר זייט אין אנדערע אומשטענדען כו'.

בכלל איז יעדערער פון אונזער דור וועלכע האבען זוכה געווען אז השי"ת האט זיי געראטעוועט און בפרט די וועלכע האבען געזעהען נסים בפועל ממש אז השי"ת האט זיי ארויסגעפירט פון דער פריערדיקער מדינה און האט זיי געפירט דורך פערשידענע מדינות און גרעניצען און סוף כל סוף געבראכט זיי גאנצערהייט אין א רוהיקער מדינה, איז דאך דאס דער בעסטער באווייז אז השי"ת וויל זיי היטען, און ווען זיי וועלין נאר מאכען די פאסענדע כלים וועט זיכער השי"ת געבען זיי דאס וואס זיי נויטיגען זיך און בפרט געזונטע קינדער, וואס דאס איז איינע פון די ערשטע און הויפט מצות פון דער תורה הק' און דער הויפט גליק בפרט וואס אידען פארגינען זיך.

און איך האף אז ווען איר וועט באקומען מיין דיזן בריף וועט איר אינגאנצען אויפהערען איבערטראכטען וועגען דאס אויבען דערמאנטע און וועט זיין זיכער אין אמונה בהשי"ת וועלכער איז דער איינציקער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט און אויף אלץ וואס געפינט זיך אין דער וועלט אז ער ברוך הוא וועט אייך געבען א גרינגען טראגען און אין דער ריכטיקער צייט וועט איר האבען א ולד חייא וקיימא און צוזאמען מיט אייער מאן שי' מגדל זיין דעם קינד לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך צו בודק זיין די אלע מזוזות אין אייער וואהנונג אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה, און אז איר זאלט געבען יעדער מאנטאג און דאנערשטאג אין דער פריה - פון די געלט וועלכע איר באקומט אויף דער הוצאה - א סענט אדער צוויי אויף צדקה, און אזוי זאל טאן אויך אייער מאן שי'. און ניט וויכטיג איז דא דער סכום נאר דער עיקר אז דאס זאל זיין מיט א קביעות. זעלבסטפארשטענדליך אז דאס דארף זיין בלי נדר.

איך ווידערהאל דאס אויבענדערמאנטען פונקט, אז מען מוז זיין שטארק אין [דעם] באשלוס צו פירען א אידישע חסידישע הויז און זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך אז ער וועט געבען געזונטע לעבעדיקע קינדער און אלץ וואס מען באדארף בגשמיות וברוחניות. 

בברכה.

נ.ב.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיינעם א מכתב כללי, וועלכען איר וועט זיכער באקאנט מאכען צווישען אייערע פריינד.