ב"ה, א' סיון, תשי"ד
ברוקלין.
ליידיס אוקזילערי אוו בראנזויל ענד איסט נויארק, ובראשה הפרעזד. מרת דבורה תחי' גרינבערג.
ברכה ושלום!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך און אויך פון דעם לעצטען צושטאנד געקומענעם יערליכען דינער פון דער אוקזילערי, און איך האף אז עס איז געווען בהצלחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
און אין די טעג פון פאר שבועות דער זמן מתן תורתנו וואס דענסטמאל האט השי"ת געזאגט צו משה רבנו, כה תאמר לבית יעקב - וואס דאס מיינט - די פרויען, און ערשט דערנאך - ותגד לבני ישראל - וואס עס מיינט - די מענער, איז אט דער זמן פון מתן תורה ווערט ווידערהאלט יעדער יאר, זאל השי"ת מצליח זיין יעדערע פון אייך צו אנוויזען דעם וועג אין איר פאמיליע און צו פריינד און באקאקנטע ווי מען דארף זיך אויפפירען אין דעם טאג טעגליכען לעבען לויט דער אנוויזונג פון אונזער הייליקער תורה, וואס בתוך כלל ישראל גייען מיר מקבל זיין די תורה הק' אין דעם קומענדען יום טוב שבועות הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה.
בברכה לכל אחת ואחת מהן וב"ב שיחיו.