Letter # 2697

א' סיון, תשי"ד - מוה"ר יעקב אליעזר שי' פרידריך

2697 - Perhaps you should give the opportunity to ask questions, get the participants more involved.

Teach them practical customs and laws.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, א' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יעקב אליעזר שי'[1]

שלום וברכה! 

... איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה פריער פון די איינטיילנעמער און יעצט אויך פון אייער שרייבען אז איר לערנט א שיעור פאר א גרופע פרויען, און האפענטליך וועט איר זיך משתדל זיין צו פארגרעסערען די צאל צוהערער פון דעם שיעור און אויך אז א טייל פון די לימודים זאל זיין אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט דינים ומנהגי ישראל אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און עס איז דאך באוואוסט דער מאמר רז"ל לא המדרש עיקר אלא המעשה עיקר.

און צוגעפאסט צו דעם צושטאנד פון די צוהערער וואלט אפשר געווען ראטזאם געבען זיי די מעגליכקייט צו שטעלען פראגעס בכדי אויף אזא אופן צו פאראינטערעסירען זיי מער און צוציהען זיי מער צו דער גאנצער זאך והבא לטהר מסייעין בידו...

בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות ובברכת מז"ט. 

  1. 1 פרידריך, אנטווערפן