ב"ה, י"ז סיון, תשי"ד
ברוקלין.
ברכה ושלום!
זיינער צייט האב איך באקומען אייער בריף, און האב ביז יעצט ניט געענטפערט, וויסענדיג אז די טעג דארף זיין אין... הרה"ג כו'... וואס מיט עם וועט איר קענען ריידען וועגען דער פראגע וואס איר שרייבט מיר, און איך האף אז איר וועט קענען צונויפריידין זיך אין א גוטען אופן, און אויך נעמענדיג אין חשבון, אז א ענדערונג אין די ארבעט באדינגונגען וועט ניט זיין קיין סוד, און מען דארף דאס ניט האלטען בסוד, און מען דארף אויך וויסען אז ס'וועט ענדערן אין א געוויסער מאס אויך די ארבעטס באדינגונגען פון די אנדערע מענשן, וואס דאס פארגרעסערט אין א גרויסער מאס די הוצאה.
מיר איז שווער צו זאגען וואס אין דער פראגע - זייענדיק פון ווייטען, און איך האף און איך בין זיכער, אז אלע צוזאמען וועט איר זיך צוזאמענריידין און האפענטליך וועט דאס זיין גוט פאר אלעמען - און אויך פאר דער ארבעט.
און זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך, אז יעדער ארבעט וועלכע איז פארבונדען מיט א מוסד פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - גיט דאס ברכה והצלחה צו יעדער איינעם וועלכער נעמט איינטייל אין דעם, אויסער די שכירות וואס מען באקומט. און אפשר איז די ברכה והצלחה - נאך מער איידער די געלט וואס מען באקומט פאר דער. ארבעט.
און השי"ת זאל העלפען אייך, איר זאלט האבען א געזונטען פרייליכען לעבען צוזאמען מיט אייער מאן הרה"ג וכו' שיחיו - און מגדל זיין אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים געזונטערהייט און פרייליכערהייט.
בברכה,