ב"ה, כ"ד תמוז, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייער בריף פון כ' תמוז מיט דאס בייגעלייגטע, און איר דארפט גארניט איבערטראכטען ווארום אלע בריף וואס זיינען אדרעסירט אויף מיין נאמען עפען איך זיי אליין, און זעלבסט פארשטענדליך אז ווען דער וואס שרייבט וויל ניט אז אויסער מיר זאל עמיצער זעהען דעם בריף, ווערט דאס אויך געטאן, און אזוי איז אויך בנוגע צו אייער בריף, און איר קענט זיין פאלקאם זיכער און רוהיג.
דאס וואס איר שרייבט אז בנוגע דעם ענין וואס מיר האבען זיך צונויפגערעט דא צו געבען א געוויסען סכום פאר די ישיבות, שרייבט איר אז איר ווייסט נאך ניט ווען, און ווארט אויף א ענטפער וועגען אייער אפליקיישאן.
איז האפענטליך זיינער צייט אנגעקומען מיין בריף צו אייער פרוי תחי' אין דאס וואס איר פארבינדט דאס מיט אייער אפליקיישאן, דאכט מיר אז אין אונזער שמועס האב [איך] אייך אויפמערקזאם געמאכט אז מען דארף דאס ניט פארבינדען צוזאמען, און אין העכסטען פאל אויף נאר די געלט פון אפליקיישאן, אבער די איבעריקע וואלט געדארפט אפגעטאן ווערען וואס פריער.
און לויט דער אנווייזונג פון רבנו הזקן באגרת הקדש סי' כ"א וואו ער שרייבט פאלגענדען אינהאלט אומגעפער: אז דאס וואס די עקדה ווערט שטענדיג דערמאנט אלס גרונד אז השם יתברך זאל געבען אלע אידען דאס וואס זיין נויטיגען זיך, און די פרשת העקדה זאגט מען יעדער טאג פאר דאוונען, און פאר דער פרשת העקדה און נאך איר זאגט מען א תפלה אז השם יתברך זאל טאן מיט אונז חסד און רחמים אין זכות פון דער עקדה, און אויך איז די פרשת העקדה איינע פון די ברכות און בקשות אין מוסף פון ראש השנה, און אויך ווערט די פרשת העקדה געלייענט אום ראש השנה איז מבאר דער אלטער רבי אין אגרת הקדש, אז דער נייעס אין דעם איז ניט די עקדה אליין דאס איז פאר אברהם אבינו ניט אויף אזויפיל נסיון, נאר דער חידוש-נייעס אין דעם איז וואס אברהם אבינו האט דאס געטאן בזריזות - איילענדיג - ווייזען דערמיט זיין וועלען טאן דעם רצון פון השם יתברך מיט שמחה, און דער זכות פון דעם איילען זיך איז מגין און טוט ביישטיין פאר אידען אין אלע דורות, ווי דער לשון פון רבנו הזקן לנו ולבנינו עד עולם. און רבנו הזקן איז נאך מוסיף "ובפרט זה נוגע במעשה הצדקה להקדימה כל מה דאפשר".
זיכער אז שרייבענדיק צו א חב"ד אידען איז ניט נויטיג צו בריינגען ראיות צו באקרעפטיגען די רייד פון רבנו הזקן, און דעריבער בין איך זיכער אז נאכן איינקוקען אין דעם דערמאנטען אגרת הקדש וועט איר זעהן צואיילען דעם ענין וואס מען האט גערעט וועגען אים, און ווי דער לשון פון רבנו הזקן בעל התניא - פוסק בנסתר דתורה - והשולחן ערוך - פוסק בנגלה דתורה - כל מה דאפשר, און השם יתברך זאל העלפען און וועט העלפען אז איר זאלט דאס טאן מיט שמחה ובחפץ למלאות רצון קונו ולעשות נחת רוח ליוצרו און דער זכות וועט אייך ביישטיין אויך בעולם הזה ווי דער אלטער רבי שרייבט דארטאן, אייך און אייער פרוי און אלע אייערע לאריכות ימים ושנים טובות.
בברכה.